| נשלח ב-26/12/2007 02:50 |
|
| |
היתכן? חתן פאטאגראפירט אינטער זיין חופה
דאס בילד איז נתפרסם געווארן אין בח"ח, ס'רעדט זיך וועגן די פאליטיק אין פאנעוועז', דער חתן איז א זוהן פון איינער פון די ראשי ישיבה דארט, וואס איז געמישט אין די גאנצע פאליטיק, וואס האט נישט מיט אונץ אלע. אבער דער פאקט איז א פאקט, חתן, אינטער זיין חופה, פאטאגראפירט.
ס'איז גלויבליך??

|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 02:55 |
|
| |
זעט נישט אויס ווי דער חתן פאטאגראפירט. ער גיבט איבער די קאמערא פאר א צווייטן.
לו יצוייר אז דער חתן פאטאגראפירט יא, איז דאס נישט א עקלהאפטיגער זאך אריין צו שמירען בפני קהל ועדה דא אויף'ן אינטערנעט? איז דער חתן מיט די קאמערא א בועל ארמית?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 03:04 |
|
| |
געבט איבער די קאמערא? נו נו, קען זיין. פון וואו קומט צום חתן אינטער א חופה א קאמערא? ביי מיר איז דאס זייער מאדען.
דער וואס האט דאס מפרסם געווען דארטן, האט געמיינט פאליטיק, (אזוי וואו די בילדער פון איינער פון די סאטמארערע רעבעס וואס זענען נתפרסם שלא בדרך כבוד), אבער נאך דעם אז ס'איז שוין א גאנצע טאג דארט בשער בת רבים, פרעג איך דא לגופו של ענין, צו איז אזא בילד גלויבליך אז ס'קען פאסירן במציאות.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 17:06 |
|
| |
So i won't be shocked if this photo above was captured by one of the מחותנים...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 17:25 |
|
| |
עס איז נישט הלכה למשה מסיני אז א חתן דארף וויינען אינטער די חופה, דאס איז א לעצטיגער מנהג, און איז נישט דער מנהג איבעראל, דוק ותשכח
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 19:42 |
|
| |
עס איז א פאטאשופ בילד וואס די שונאים האבען געמאכט צו באשמוצען די מחבלים.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 22:55 |
|
| |
איך האב נישט געזען דעם גאנצן דיון אין בחדרי חרדים, אבער לייגט צו קאפ: קוקט וואו די שאטן פון דעם ראש ישיבה'ס הוט פאלט צווישן די ארעמעס פונעם חתן ארויף אויפן כלה... א זאך וואס איז פשוט נישט במציאות.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 01:04 |
|
| |
פוטושופ זול.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 01:07 |
|
| |
איך האב געזעהן די ארגינאלע בילד, הונדערט פראצענט ארגינאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2008 21:12 |
|
| |
מעיקרא מאי קסבר?
דו האלטסט אז אויב ער האט עס יא אליין געטוהן מעגסטו איהם דערפאר מבזה זיין?
רשע!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2008 23:27 |
|
| |
וואס זאל איך טוהן, כ'זעה נישט די גרויסע עוולה פון דעם חתן, לו-יהא ער זאל כאפן א בידל ביי זיין אייגענע חופה, אויב שוין יא בילדער, זאל עס דער חתן טוהן במו ידיו..
|
|
|
|
|