די לעצטע דריי וואכן האב איך זיך דערפרייט צו זען אז ענדליך איז דא ווער עס איז מוכן צו טוהן אביסל וועגן דעם אנגעווייטאגטן פראבלעם וואס רופט זיך 'די בארא פארק באס' (אין ב"פ רופט מען דאס: די וויליאמסבורגער באס...) וואס שטייט ארויס און איז בארימט מיט איר שלעכטע סערוויס וואס איז זעלטן צו טרעפן ביי אנדערע קאמפאניס.
די סיבה פארוואס זיי טוען דאס איז, ווייל זיי האבן נישט קיין מורא פון קאמפעטישען צוליב דעם וואס זיי האבן דעם אויסשליסליכן רעכט מצד די רעגירונג, פון דעם רוט וואס פירט פון ב"פ קיין וויליאמסבורג און צוריק.
זיי זענען נישט די איינציגסטע היימישע באס קאמפאני וואס האבן אזא סארט רוט, און אלע אנדערע געבן זייער גוטע סערוויס און זוכן נישט צו שפארן און צו קארגן קיין געלט צופרידן צו שטעלן זייערע קונדן אפילו זיי מוזן עס נישט טוהן.
עס קומט זיך באמת קרעדיט פאר די צייטונג 'דער איד' פארן אריינשטעלן די בריוו און עס איז א וואונדער אז די אנדערע צייטונגען האבן דאס נישט פובליצירט, און עס איז אנצונעמען אז בריוו שרייבער שיקן די זעלבע בריוו אויך צו אנדערע צייטונגען.
קודם כל וויל איך מיך אנטשולדיגען פאר די לייענער ווייל לעצטענס בין איך נאר א גאסט אויפן פארק . ווייל איך מיך נישט קריגען מיט די וואס ווילן נישט הערן. אבער ההכרח לא יגונה. די עוולה שרייט שוין פון זיך אליין.
עס איז לעצטענס געשטאנען בריוון אין איינעם פון די חרדישע וואכענצייטונגען וועגן די עוולות וואס די פירערס פון די בארא פארק וויליאמסבורג באס טוט קעגען דעם היימישען עולם. זיי זענען פוסע על ראשי עם קודש במלא מובן המילה.
איך גיי נישט אריין אין דעם וואס יעדע ביזנעס און אפילו רעביסטעווע האט שוין היינט א קאמפיטישאן. וואס דאס איז א טובה פארן ציבור. אבער די איינע זאך "בארא פארק וויליאמסבורג באס" האט א מאנאפאלי אויף דעם רוט און אויף אנוזערע יודען וואס האבען נישט קיין קארס און מאכען דורך דעם וועג אונטער אוממענטשליכע אומשטענדן אויף אלטע פארפוילטע באסעס אהן קיין נארמאלע הייצונג אין ווינטער און אהן קיין עירקאנדישאן זומער. חוץ דעם וואס רוב מאל איז נישט אמאל דא וויא צו זיצען ער שטופט צוזאמען מענער מיט פרויען מיט קערידזשעס ערגער וויא סערדינס אין די שאכטלעך.
בין איך דא מודיע אז נאכען דורכשמועסן די זאך מיט גדולי הרבנים והפוסקים בדורנו שליט"א . און נאכדעם וואס מען האט זיי שוין געבעטען שיינערהייט עטליכע מאל אויף א שיינעם אופן . און מען האט גערעדט צו טויבע אויערן . איז דא א פסק אז מען מעג מאכען א קאמפיטישאן בכל אופן שהוא אפילו דורך איבערגעבען זייערע מעשים תעתועים פאר די שטאטישע איסטאנצען והמבין יבין. ווייל אנשטאט צו זיין מזכין את הרבים זענען זיי ליידער מצער את הרבים וואס מען מעג זיי ערלעדיגען בכל אופן שהוא וד"ל. (נ"ב לפני שאחד רוצה לקיים פסק זה בפועל. יתיעץ עם רב שלו ויוכל לומר לו אודות הפס"ד הזה)
א. מענטשען שטייען אין די פראסט און היץ און ווארטן אויף א באס. נאכדעם ענדליך קומט אהן א געפאקטער באס און סטאפט ניטאמאל. און ער שיקט נישט בכלל א צווייטן באס. וואס דעמאלס בשעת מעשה זעהט מען וויא די גויישע שטאטישע נייע באסעס באקוועם פארן זיך איינס נאכן צווייטן כמעט ליידיג.
ב. טאמער ער סטאפט יא קען מען רוב מאל ניטאמאל ארויפגיין ווייל עס איז ניטאמאל דא וויא צו שטיין.
ג. דער רעדיא קנאקט אויף די העכסטע טענער אז עס זעהט אויס וויא עפעס א באלאגאן.
ה. אלטע פארפוילטע באסעס וואס שאקעלט אויף די מענטשען ערגער וויא דעם לולב להבדיל ביי די נענועים.
ו. דער עולם ווערט געשמיסען און געווארפן ביי יעדען סטאפ אזוי וויא להבדיל די הושענות.
ז. עס איז פשוט א סכנה צו פארן מיט אזעלכע אלטע באסעס וואס דארפן שוין לאנג אריינגעווארפן ווערן אין טייך אזוי וויא די אלטע ניו יארקער סאבוועי טרעינס.
די שארמאשער באסעס וואס פלעגען פארן אין די קאנטריס אין די בראשית יארן האבען געהאט אזא פנים ביז . איינער האט צוריקאריינגעברענגט "שארט ליין" אין די ליניע . נאכדעם איז אויך צוגעקומען נאך א קאמפיטישאן כידוע ליודעים. עס איז געווען צייטן וואס דער באס האט געקאסט נאר צוויי דאללער פון די קאנטרי אהיים כדי צו קלאפן דעם קאמפיטישאן. אין די תשל"ה יארן.