| נשלח ב-3/1/2008 05:55 |
|
| |
תכלית!
האט איינער געזעהן דעם "כתב הכשר" פון ר' שמאי גראס?
ביטע ארויפלייגען כדי די אלע משתתפים אינ'ם שיעור זאלען קענען זאגען א מיינונג.
א דאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 21:29 |
|
| |
ווי אויך באוואשט ער א מורה הוראה א ירא השם מאוד, הלמאי יענער האט געזאגט אז עפ"י הלכה דארף מען נישט חושש זיין, עס איז דאך דא א כלל if it can go wrong, it will go wrong טא ווי אזוי קען ער זאגען אז מען דארף נישט חושש זיין...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 21:25 |
|
| |
ווי אויך באוואשט ער סאטמארע בוטשער פארוואס זיי שניידען קאלטע פלייש וואס מענטשן ברענגען, זיי האבען אנגעהויבען צו ענפערן תרוצים דוחקא דסכינא נישט קיין דבר חריף, אבער דאס איז סתם תרוצים...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 21:19 |
|
| |
ער האט מחדש געווען אז מען דארף צינדען לחתכילה מיט שמן זית זך, אזוי ווי אין ביהמ"ק...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 18:34 |
|
| |
שלום
איך שמועס פון הרב שמאי קהת גראס וואס שרייבט אין עלים לתרופה. נישט פון נחום ראזנבערג.
ווי שמועסט נחום ראזענבערג פון סוכה?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 05:58 |
|
| |
משנת
די מאכסט מיר דאס געלעכטער.
האסט אים אמאהל געהערט רעדען אין א זאך וואס די קענסט?
מקוה קלף, פיין, דער עולם הייבט נישט אהן צו וויסען דארט קיין כי הוא זה, ער קען איינרעדען דעם עולם אז מען דארף ווייקען די קלף אין מילעך עס צו מאכען ווייס און די עבירה פין יאקאב איז אז ער ניצט חלב עכו"ם, און עולם גולם וועט נישט וויסען צו לאכען.
הער פין אים דאס וואס די קענסט וועסטו שוין זעהן וואס מען רעדט דא וועגען.
דער ע"ה האט א חידוש, אז א סוכה פין א גוי איז פסול, די הערסט? פסול. פארוואס? אין שו"ע שטייט דאך בפירוש, אז סוכת גנב"ך איז כשר?
נאר זאגט ער א חידוש, אין שו"ע רעדט מען פין א גוי וואס איז מסכך לשם צל, משא"כ אויב דער גוי באקומט געלט, איז ער דאך מסכך לשם ממון, איז עס פסול.
ע"כ דברי נחום.
קאמענטערען זענען איבריג.
און טאמער איינער פארשטייט נישט וואס איז שלעכט מיט זיין חידוש, זאל טאקע זיך מתחבר זיין צו דעם גרויסען למדן און ת"ח הגאון העצום החריף ר' נחום ראזענבערג שליט"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 21:23 |
|
| |
פון זיינע פסקים אין עלים זעט ער אויס א מוראדיגער קלארער פוסק אין ידען
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 16:12 |
|
| |
"א גיט שטיקל ארבייט"????
אסאמא בין לאדין ימ"ש האט געמאכט סאך א בעסערע ארבייט פין דעמאלץ אן איז די בטחון אין אמריקה אין אין די גאנצע וועלט א סאך בעסער
נחום איז א שייגאץ בלי שום ספק
ווער עס גייט אוף אזא וועיג איז א שייגאץ -- וועים ער נעמט אראיין אין זאיין מאויל ווערט נעביך אינגיינצן צימאלן -- ער האט א גיטן פיסקל אין ער שנאייט אראיין רעכטץ אוף לינקץ --
מע קען טאקע נישט איגנארירן א טעראריסט -- אבער עס מיינט נישט אז עס איז א גירעכטע וועיג פין חרוב מאכין יידישע פרנסות וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 07:57 |
|
| |
לפי שיטת בית שמאי איז די אלטע קלף אויך געווען כשר, אויב אזוי איז דאך זיין הכשר מיוסד אויף דעם נאמנות פונ'ם מענטש נישט אויפן פראדוקט????
זענען די בית שמאי פערזענליך געווען אין "אלע" פאבריקען? און אויב יא, דארף דאך נעמען א שטיקעל צייט פון ווען מ'האט "אנגעהויבען" מיט השגחה תמידית ביז די קלף ווערט גרייט צום נוצען, אויב אזוי איז די קלף וואס איז "יעצט" דא אין די געשעפטען נאכנישט געמאכט געווארען מיט השגחה תמידית?
ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן צו די בית שמאי וועלען שרייבען אז זיי זענען געווען אין "א ל ע" פאבריקען? (כינע, יאפאן, זיד אמעריקא, רוסלאנד, וכו').
אין יעדעןפאלס, ר' נחום, דו מאכסט א גוט שטיקעל ארבעט!!!
|
|
|
|
|