כלל ישראל האט זייער ערענסט אנגענומען דעם פסק הלכה פון דייני קהלתינו אז אלע געגנב'עטע בנינים זענען בחזקת גזולה,
בפרט איז זייער הארב די הלכה אז די חופה און יחוד דארף צו זיין אין א אייגן אפגעדינגענע פלאץ, נעכטן אליינס זענען 7 מענטשן ארויף געקומען אין אפיס אפצודינגען דעם זאל ווי זיי מאכן חתונה, בראש איז געווען הרה"ג רבי עזריאל מאיר קאהן שליט"א אב"ד סענדארדזש וחתן רבי אברהם לייטנער זצ"ל וואס האט נעכטן ביינאכט חתונה געמאכט זיין קינד אין זאל פון ברכה סימא און האט אפגעדינגען דעם זאל ביי קהלתינו הק', וממנו יראו וכן יעשו, ווייל דער רבי עזריאל מאיר שליט"א איז פון די גדולי הפוסקים בדורינו, ער איז רבם ומדריכם פון רוב דיינים אין וויליאמסבורג, און זיין פסק האט א ווייטן אפקלאנג ביי יעדן ערליכן איד,
תוקן על ידי MECHEL19 ב- 31/12/2007 15:47:48
נשלח ב-22/1/2008 00:44
היינט ביי די ארבעט הער איך עטליכע זאליס רעדן צעווישן זיך און זייער פנים פלאמט פאר כעס, זיי שרייען, פליפ פלאפ, שוטה, צודרייטער, און נאך לשונות וואס איך וויל נישט איבער חזערן אויפן נעט
ווייל מען וועט מיך חוסם זיין פארן שרייבן ניוול, הפנים, איך שטיי און שמייכל צו מיר אליין, כדרכי בקודש, ווען די זאליס שפרינגען, גיט דאס מיר גרויס חיזוק, און איך ווארט צו פרעגן איינעם פון די זאליס וואס מיט עהם האב איך א היימישן שפראך, איך האב פשוט געוואלט וויסן וועלעכער אהרונישער רב האט זוכה געווען צו באקומען די דאזיגע טיטלן,
וואס מיינט איר?, די טיטלען האט באקומען נישט קיין אנדערער ווי ר' זלמן לייב פיליפ, אדער ווי דער זאלי האט עהם גערופן זלמן לייב פליפ פלאפ, פרעג איך מיין פריינט, מה פשעו ומה חטאתו?, איז דאס ווייל ער נישט געבן דעם היתר ערכאות פאר מענדל שוויממער?
ניין, זאגט ער, נאר דער פ..ד זלמן לייב איז אויפן קאפ געפאלן און שיקט זיינע מענטשן צו די אהרונים באצאלען פאר די חתונה זאלן, ומעשה שהי' כך הי', איינער פון זיינע נאנסטע מענטשן מאכט חתונה די אנדערע וואך אין ויואל משה, האט עהם זלמן לייב פיליפ געזאגט בסוד סודות אז ער זאל שיקן א שליח און באצאלן פאר די אהרונים ווייל ס'איז א ערענסטע שאלה, וואס? פרעגט ער עהם, איר מיינט דאס ערענסט? גיין באצאלן פאר די הולכי לערכאות? זאגט ער, יא!!! מיט דעם שפילט מען זיך נישט,
ס'איז א ערענסטע שאלה פון חדר גזולה, און דער פריינט מיינער לאזט ארויס א גאנצן הויפן מיט קללות נמרצות געצילט אקעגן זייער באליבטער חבר הבית דין, איך בייג מיך צו, צו מיין פריינט און רוים עהם אריין אין אויער, I FEEL YOUR PAIN,
נשלח ב-7/1/2008 03:09
זי ??????..
זי איז נישט דא
אין דוד סטאפ מיט ליגענטס
אין זי האט נישט קיין קאמפויטער
אין קיין בלעיק בערי ואכמ"ל
זי איז א בעל חסד
אין נישט קיין רושקע מיט א פרומען שפיצקע שפיצל
נשלח ב-7/1/2008 03:03
חסיד שוטה'
זי לייקענט עס בכלל נישט, זי זעט נישט איין אלס א פעלער צו לייענען די צייטונגען, און די ווילסט עס לייקענען...
נשלח ב-7/1/2008 02:49
האסט פארגעסן פין דעם ליגענט וואס די
האסט געבאקן אויף די סאטמארע רעבעצין
נשלח ב-7/1/2008 02:47
האסט פארגעסן פונעם ידיעות אחרונות, מעריב, וכו'
נשלח ב-7/1/2008 02:36
דוד ביי מיין רבי אין שטוב איז נישט דא
קיין לעפ טאפס
קיין בלעיק בעריס
קיין דעסק טאפס
קיין לעלולס
קיין מנוולים
דוד ביי מיין רבי אין שטוב איז נישט דא
קיין לעפ טאפס
קיין בלעיק בעריס
קיין לעלולס
קיין מנוולים
נשלח ב-7/1/2008 02:30
גראדע איז די רעביצען אין ארץ ישראל שוין
צוויי וואכן זי קומט אהיים מארגן פארטאגס
ווייל מען פארט אויף קאליפארניע
נשלח ב-7/1/2008 02:25
עס איז דא א געהעריגע קאמפיוטער ביי אים אין שטוב.
פאריגע וואך איז דיין מאנראוער רביצין געווען מנחם אבל ביי די משפחה פון ר' בערל מאנדל ע"ה אין קרית יואל. האט זי געזאגט אז זי שיקט נישט קיין מענטשן אין אזעלכע מצבים צו א דאקטער ווייל עס איז שוין נישטא וואס צו טון.
האט דיין מאנראוער רביצין זיך אנגערופן: איך האב שוין געסוירדזש אין די גאנצע אינטערנעט און כהאב נישט געטראפן קיין איינער וואס זאל ווערן געזונט פון דעם...
נשלח ב-7/1/2008 02:15
מען האט אים נישט אויסגעלערנט שפילן
סאלאט טעיר
נשלח ב-7/1/2008 02:13
מיין רבי האט נישט קיין לעפ טאפ
נשלח ב-7/1/2008 02:09
ביבער
ֿ
אמאל זאגסטו גוט.
וואטש אז דיין רבי זאל דאס נישט זען ווייל דעמאלסט ביזטו א פארטיגער
נשלח ב-7/1/2008 02:08
גערעכט דוד
די משכילים האבן אייביג געטענהט
"לא איכפת ליה" סגייט זיי נישט אן וואס דער רבוש"ע הייסט
דו"ק ותמצא נחת
תוקן על ידי ביבער ב- 07/01/2008 2:09:08
נשלח ב-7/1/2008 01:54
הוא הדבר אשר דיברת יונה'לע.
אבער כלל ישראל פארט ווייטער, און די לאכערס קענען גיין מיט די משכילים, נעלאגן און קראים שבכל הדורות, זינט בריאת העולם האבן די ליצים און משכילים שטענדיג געלאכט פון אידן...