היינט ביי די ארבעט הער איך עטליכע זאליס רעדן צעווישן זיך און זייער פנים פלאמט פאר כעס, זיי שרייען, פליפ פלאפ, שוטה, צודרייטער, און נאך לשונות וואס איך וויל נישט איבער חזערן אויפן נעט
ווייל מען וועט מיך חוסם זיין פארן שרייבן ניוול, הפנים, איך שטיי און שמייכל צו מיר אליין, כדרכי בקודש, ווען די זאליס שפרינגען, גיט דאס מיר גרויס חיזוק, און איך ווארט צו פרעגן איינעם פון די זאליס וואס מיט עהם האב איך א היימישן שפראך, איך האב פשוט געוואלט וויסן וועלעכער אהרונישער רב האט זוכה געווען צו באקומען די דאזיגע טיטלן,
וואס מיינט איר?, די טיטלען האט באקומען נישט קיין אנדערער ווי ר' זלמן לייב פיליפ, אדער ווי דער זאלי האט עהם גערופן זלמן לייב פליפ פלאפ, פרעג איך מיין פריינט, מה פשעו ומה חטאתו?, איז דאס ווייל ער נישט געבן דעם היתר ערכאות פאר מענדל שוויממער?
ניין, זאגט ער, נאר דער פ..ד זלמן לייב איז אויפן קאפ געפאלן און שיקט זיינע מענטשן צו די אהרונים באצאלען פאר די חתונה זאלן, ומעשה שהי' כך הי', איינער פון זיינע נאנסטע מענטשן מאכט חתונה די אנדערע וואך אין ויואל משה, האט עהם זלמן לייב פיליפ געזאגט בסוד סודות אז ער זאל שיקן א שליח און באצאלן פאר די אהרונים ווייל ס'איז א ערענסטע שאלה, וואס? פרעגט ער עהם, איר מיינט דאס ערענסט? גיין באצאלן פאר די הולכי לערכאות? זאגט ער, יא!!! מיט דעם שפילט מען זיך נישט,
ס'איז א ערענסטע שאלה פון חדר גזולה, און דער פריינט מיינער לאזט ארויס א גאנצן הויפן מיט קללות נמרצות געצילט אקעגן זייער באליבטער חבר הבית דין, איך בייג מיך צו, צו מיין פריינט און רוים עהם אריין אין אויער, I FEEL YOUR PAIN,
 |
|
|