יכול, ערשטענס, עדווארדס האט יא טשאנסן אריינציקומען פאר קלינטאן, און די סיבה דערצו איז וויבאלד עדווארדס דרייט זיך שוין אין אייווא פאר די לעצטע עטליכע יאר, און ער האט שוין דארט אריינגעלייגט גרויסע כוחות, און צווייטענס, ס'איז דא עטליכע קלענערע קאנדידאטן וואס האבן געזאגט פאר זייערע וויילער אז אויב ציען זיי נישט אן די נויטיגע 15 פראצענט (וואס דאן ברויך מען איבער שטימען פאר א צווייטן) זאלן זיי שטימען פאר עדווארדס,
און ביי די רעפובליקאנער זייט איז האקאאבי געווען לעצטענס דער העכסטער, יעצט איז גראדע ראמני העכער, זשוליאנו האלט אבער אז אום איז בעסער צו געווינען פלארידא ענדערש ווי אייווא און ניו העמפשאר, ער האט זיך אריינגעלייגט אין די גרעסערע סטעיט'ס ווייל ער האלט אז ער וועט מער אנקימען אזוי,
וואס מ'זעהט אבער שוין לאנג, אז די אלע פאולס זענען נישט זיכער, בכלל נישט זיכער, און אסאך מאל מאכט דער פאול אפ וווער ס'זאל ווערן דער פראנט ראנער, עס קענען זיך נאך טוישן אסאך זאכן אסאך מאל,
אנו רצים והם רצים...
|
|