ניטל
זינטאג בא איז ניטל
וואס טוט מען ווי אזוי געט מען זיך א עצה מיט
אזא א לאנגע נאכט פאר די וואס לערנען יסודי התורה
האבן א ערנסטע פראבלעם
ווער סהאט אדווייז וואס מען קען טוען אין זען
אבער נאר אויפן תורהדיגען וועג זאל עס מיטיילן מיט יעדן
ליצנות געלייגט אין א זייט אבער ליצנותא ע"ז מעג מען
אין סאטמאר קרייזן ברענגט דער ווארט ניטל ארויס א טראגישען געלכטער
ווער געדענקט דען נישט ווען איינער איז אריין צי דעם באקנטען הגז"ל אין פרעגט אים
צי מען מעג חתונה מאכן אין ניטל וואס כיודע מאכט מען נישט חתונה
האט דער תלמוד חכם גענטפערט סאיז דא וואס פירן אזוי אין סאיז דא וואס פירן אזוי
פרעגט אים יענער ווי אזוי פירט זיך אין אינזערע קרייזן ענפערט ער אים
ביי אינז גופא איז דא וואס פירן אזוי אין סאיז דא וואס פירן אזוי
פרעגעט ער אים ילמדנו רבינו ווי אזוי זאל איך טיען
קומט דער אנטווארט
קענסט דיך פירן אזוי אין די קענסט דיך פירן אזוי
רבותי אזוי קוקט מען אויס אז מען פראוועט א גאנץ יאר ניטל
|