א געשמאקע מעשה רב
איך האב היינט גערעדט צי א חבר מיינער אין מאנטריאל גאר א באטמטער יונגערמאן
אין דערצו איז ער א שטיקעל פעפער ער פארשטייט גוט אן עסק פארציילעט ער מיר
אז ווען באבוו איז געגאנגען צי דין תורה האט ער געוואלט מאכן אביסל פרייליך
איז ער צי געגאנגען צי ר' משה מנחם אין געזאגט די נייעס אז באבוו איז גרייט צי גיין צי דין תורה
ר' משה מנחם איז אויפגעשפרינגען ווי א געביסנער פין א שלאנג
אין ער געט א פרעג ווער איז דער בית דין זאגט דער יונגעמאן
ר' חיים יעקב טויבער שליט"א
געט ער ספאנטאן א פרעג וואס הייסט ער איז דאך ר' בן ציונס דיין ווי אזוי מעג ער פסקענן
זאגט ער אים ווייל נאר ר' חיים יעקב פאר שטייט די הלוכות הקהלה
דער יונגערמאן זאגט מיר א האלב יאר נאכדעם האט אים ר' משה מנחם נישט געגריסט
אין נישט געוואלט אנקוקן
היינט איז עס שוין די רילעשען פארווע אבער נאך היפש אנגעצויגען
תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם
|