איך רעד שוין נישט פון די
גאנצע בלאט די וואך וואס איז א חוכא וטלולא, נאר איך רעד שוין פון די בריוו פון קהל וועגן די אזוי גערופענע יחוד גזולה וואס זיי פארפירען לעצטענס, נאכדעים וואס די מצה גזולה און סוכה גזולה האט זיך אויסגעלאזט דארט ווי המן'ס שה"י פה"י.
יעדער וואס האט נאר געזעהן די בריווען די לעצטערע וואכען האט זיך זייער געוואונדערט וואס גייט פאר, זייט ווען פסק'נען ראשי הקהילה שאלות להלכה? אפשר זייט ווען דיינים לאיסור והיתר געבן התרים צו גיין אין קאורט, ווער ווייסט...
אבער די וואך האבן זיי געזעהן אז סתם שרייען גזולה גזולה!!! העלפט נישט, ברענגען זיי אפאר לשה"ק ווערטער אז עס זאל אויסקוקען אביסעלע אויטענטיש, אבער איך רעד שוין נישט פון הלכה חלק וואס האט קיין שום האפט נישט, ווי איך האב שוין ערוועינט בקיצור נמרץ אין א באזונדערע אשכול, נאר איבער די תוכן ענינים וואס
איז פשוט און פראסט געקאפי-פעיסט פונעם ציוניסטישען "אנציקלופדיה תלמודית" כרך טז ערך חופה טור תכא, (ובהערות שם) ממש
אומגלובליך!
נישט צום גלויבען!
ובפרט
אז ווער עס קוקט אריין דארט באריכות זעהט אז בנידון דידן האט דאס נישט קיין הענט
און קיין פוס בכלל, וכמבואר שם, עס איז ממש בבחינת כפא דחטא נגרא, ובבחי' מדויל ידיה מישתלם.
אזא פנים האבן אלע זייערע בריוועלעך!!!