זיכער ער וועט מאכן א אסיפה מיט די רבנים וואס ער איז געווען מיט זיי אויף די ליסטע פונ'ם צייטונג היינו (רעפארם ראבייס) ווייל מיט די האט ער א שפראך , אבער מיט די רבנים וואס זענען ביי די אסיפה פון רבינו שליט''א האט ער נישט קיין שפראך ווייל דארט דארף מען קענען לערנען , העכסטנ'ס וועט ער מקיים זיין דעם פס' ''ישב בדד וידום'' .
נשלח ב-9/1/2008 19:34
מזל טוב!!
די אסיפה להגדיל ולרומם קרן אהרן ט"ב איז ב"ה דורך מיט סוקסעס!!
א שאד נאר אז מ'האט עס נישט געמאכט פאר די אלבעני פסק און געלאדענט די אלבעני דשאדשעס.
מארגן מאכט זלמן לייב אן אסיפה מיט 100 רבנים און די SEASAW טוישט זיך!!!
נשלח ב-9/1/2008 01:19
א וואונדער אז די זאלי'ס זענען ארויס פון די גלייזען??,,,,
נשלח ב-9/1/2008 01:06
יענער רב האט אזוי געזאגט?
wow
עס איז ממש מרפסין איגרא!
נשלח ב-9/1/2008 01:00
איינער זאגט מיר אז ער האט גערעדט צו איינע פון די רבנים וואס זענען דארט געווען
און יענע רב האט נישט געוואלט צופיל רעדן וועגן די נושא
אבער ער האט א זאג געגעבן פאר דעם יוד
"איין זאך קען איך דיר זאגן... דיין רבי איז א גאון עצום... א וועלט'ס רבי... הלכה כמותו בכל דבר... אזא אסיפה וואס ס'איז געווען זונטאג איז שוין נישט געווען יארען לאנג, מיט אזא אמת'דיגקייט וואו יעדע איינציגע רב זאל מיינען נאר דעם נושא און נישט קיין פאליטיק"
קאמענטארען זענען איבריג
נשלח ב-8/1/2008 14:15
דער גאון און פוסק זקן הרבנים זקן ויושב בישיבה הרה''ג ר' שמואל הלוי וואזנער שליט''א אב''ד זכרון האט געזאגט ''איך מיש זיך נישט אים פאליטיק וואס טוט זיך אין סאטמאר אבער וואס זאל איך טוהן איך האב ליעב תורה'' דאס האט ער געזאגט אויף רבינו שליט''א .
נשלח ב-8/1/2008 06:02
איך וויל דא דערמאנען א מעשה פאר יעדן
הרב הגאון המפורסם בעל קני בושם שליט"א האט נישט לאנג
צוריק געהאט א שמועס מיט ר' חיים הערש מייזליש פין בני ברק
וועגן דעם גאנצן ענין פין סאטמאר היינט אז סאיז ציטיילט
בתוך הדברים געט זיך ר' מאיר א רוף אן לאמיך דיר זאגן
אז איינער וועט זאגו אז דער סאטמאר רב טאנצט אויף א חתונה
וועט יעדער סאפנטאן פרעגן וועלכע סאטמאר רב
אבער טאמער איינער וועט זאגן
אז דער סאטמאר רב מאכט א אסיפות הרבנים וועגן הלכה שאלות
אז דער סאטמאר רב האט געהאלטן א דרשה פין צוויי שעה
אז דער סאטמאר רב האט געפסקעט
אז דער סאטמאר רב איז א גאון עצום
וועט קיינער נישט פרעגן וועלכע סאטמאר רב
א הייליג אין אמת ווארט
נשלח ב-8/1/2008 03:18
איינער וואס איז געשטאנען אויף די גאס די גאנצע צייט פון די אסיפה און איז אריין תיכף ווען מ'האט געעפנט די טיר דערציילט:
אז די רבנים האבן זיך זייער ווארים געזעגנט מיט'ן רבי'ן שליט"א פארן אהיים גיין, און ס'האט'זיך געמאכט אזאלעכע קיפקעלעך רבנים ארום דעם רבי'ן און מ'האט זייער העפליך געשמיסט אזוי שטייענ'דיג
איינער האט מער פרטים פון וואס דער שמועס איז געווען???
נשלח ב-8/1/2008 03:01
דער שפיטווקער האט א האבי צי זיין אין די העד ליינס
היינט קומט ער אריין אין ראדני איין שטיק פייער
מיט א האנט אריין געשטעקט אין די זייט פין גארטעל אין די פינגערס געבויגן ארויף
ער שפאנט צי מיט הייסע טריט ווי סזיצט
יצחק טירנויער נ. קרויס . גילקמאן . יאקאבוויטש
אין ער זאגט זיי מילא ער מאכט אן אסיפה
שוין ער איז דאך א סאטמארע רבי
אבער ער זאל מיר איינטיילן וועלכע פליישען איך זאל עסן היה לא תהיה
דא איז דער פאנטש ליין ער געט א ווינק מיט די אויג פאר גליקמאן
איך מיין איך גיי סטאפאן עסן פלייש
דער עולם ארום האט זיך ציקאצקעט פאר געלעכטער
נשלח ב-8/1/2008 01:58
גוטזאגער
עס איז געווען אזא געלונגענע אסיפה, טא וואס רעדסטו נאך פון די פארביטערטע זאלונים?...
נשלח ב-8/1/2008 01:53
היינט רעד איך צו א הייסן זאלי, און יענער שעלט איז די גאנצע אסיפה איז נישט מער ווי א דזשאוק, אדער א טריק פון רבי'ן שליט"א (אהרן)...
ער מיינט אז אזוי וועט ער האבן די רבנים... און נאך אזעלכע קללות נמצרות.
פרעג איך יענעם:
לאמיר זאגן אז ביסט גערעכט, ס'איז א טריק
לאמיר זאגן אז וואס די זאגסט אז אלע רבנים האבן אים פיינט שנאת מות.
אבער גיב מיר צו פארשטיין איין קשיא: נאר איין ביטע.
פארוואס שפילט הרב ווייסמאנדעל, הרב מנירבאטור, ר' הלל וויינבערגער, גאלאנטער רב, ר' מיכל שטיינמעץ, טאהשער דיין, ווינער רב, בעלזער' דיין, וויזניצער דיין, און נאך און נאך און נאך ערנסטע אומפארטייאישע רבנים - פארוואס שפילן זיי מיט דעם נערישן, עקלדיגן, שמוציגן טריק פון סאטמארער רבי'ן?
געוואלד פארוואס?
ווייסן זיי דען נישט אז ער האט גערופן זיין טאטען אין קאורט?
ווייסן זיי דען נישט אז דער איד רייסט אים אראפ יעדע וואך, אלס א שייגעץ און עוכר ישראל?
ווייסן זיי דען נישט אז ער האט אריינגעשלעפט סאטמאר אין ערכאות?
ווייסן זיי דען נישט פון די צוואה פון בירך משה אז ער איז א סורר ומורה?
ווייסן זיי דען נישט אז וויליאמסבורג" זיין ברידער'ס טעריטאריע?
ווייסן זיי דען נישט אז די גאנצע אסיפה איז נאר צו שטעכן זיין ברידער?
פארוואס זענען זיי אראפגעקומען ווי שעפסן קיין סיגעטער ביהמ"ד, ווען די התאחדות הרבנים איז בלויז א שפאן אוועק?
איבריג צי זאגן אז איך ווארט נאך אלץ אויף א תירוץ.
נשלח ב-7/1/2008 08:23
די רינס ענד טשיל איז נישט קיין שום רעגולאציע, עס איז נישט קיין געזעץ, סתם א פארשענערונג אינעם פלייש פון די בהמה וואס די פלייש פירמעס זוכן
ווער עס וויל פארשטיין וואס דאס איז, קען מאכן א סוירטש אין גוגל אויף rinse and chill