| נשלח ב-10/1/2008 19:32 |
|
| |
משמשי הברך משה אין קירכע מיט ר' בעריש פרייליך
אזוי ווי די זאליס זענען נעבעך אנגעזעצט און מיאוס דעפרעסט, זענען זיי ביזי צו מאכן מעשיות, ווייל אזוי ווי ר' ז"ל קען נעבעך נישט שלעפן קיין מענטשן צו זיינע טישן, וועגן פארטיי, וועגן בושה און וועגן מען איז ביזי צו פוסטעווען די צייט מיט'ן רייכערן ציגארטעלעך, מוז מען ווייזן אז די אהרונים זענען די טומאה, אזוי אז די הייליגע רבי ז"ל אידן זאלן גיין צו די קדושה וואס איז זלמן לייב.
ביז יעצט האב איך מיך נישט וויסנדיג געמאכט אויף אפאר נארישע זאליס, ווייל ווער קוקט אויף די אנגעזעצטע שוטים, אבער יעצט אז זייער נעבעכדיגער איד, וואס פארקויפט היינט קנאפע 4,000 שטיקלעך א וואך, האט נאכגעשריבן שטיקער היידפארק, וועל איך פארציילן דעם אמת קבל עולם ומלואו, און דעם אמת קען מען נישט לייקענען, ס'זענען דא פיקטשערס און ווידיא קליפס, וואס מען וועט אי"ה פארשאפן.
ביי די גאנצע לוי' אין קירכע זענען געזיצן דריי איינציגסטע אידן אין קירכע, זיי הייסן יואלי גאלד, שמחה בערנאט און בעריש פרייליך. זיי האבן זיך צוגעהערט צו די אלע שמייליגע דרשות און ווי איך גלייב האבן זיי זיך נישט געצלמט ווען אלע אנוועזנדע האבן זיך געצלמט און זיי האבן נישט געשריגן פרעיז דזשי--- און האלעלו-- ווען יעדער האט עס געשריגן. זיי האבן נישט געטאן די אלע קריסטליכע שטיק, אבער זיי זענען יא געזיצן אין זאל און מיטגעהאלטן אלע ספיטשעס און קריסטליכע צערעמאניעס פון אנפאנג ביז צום סוף.
ביי די לוי' איז אויך געווען א פרוי, פון ליובאוויטשן חדר, וואס איז פארהייראט צום פובליק סעיפטי טשיף, וואס האט געפרעגט א היתר פון אירע רבנים צו זי מעג רעדן ביי די לוי', און זי האט באקומען רשות צו רעדן, משום איבה וכו'.
זי האט נישט דערמאנט קיין ווארט פון קרית יואל, און נאר גערעדט ווי נאנט סארדזשענט היין איז געווען צו איר משפחה, ווייל ווי באקאנט איז סארדזשענט היין געווען אן אמת'ער אוהב ישראל, וואס האט געהאלפן יעדן איינציגסטן איד, אן קיין אויסנאם. ס'איז אים ממש געגאנגען אין לעבן צו העלפן אידן, און די פרוי האט זיך באדאנקט פאר סארדזשענט היין פאר'ן העלפן איר משפחה צו יעדע צייט.
נאך די לוי' האבן אידן פארגעהאלטן פאר ר' בעריש היתכן ער איז געווען אין א קירכע, און ער האט זיך איינגעבעטן אז מען זאל אים נישט באשמוצן, און ער האט געזאגט אז ער האט געמוזט אריינגיין אין קירכע ווייל אז נישט וואלט ער געקענט פארלירן זיין פאזיציע אלס סטעיט פאליס ליעזאן. דערווייל איז געבליבן אז מען טוט אים גארנישט, אבער היות זיי זענען געגאנגען און באשמוצט קרית יואל אין דעם אויסגעשפילטן צייטונג דער איד, מיינט עס אז אלע קארטן זענען אפן.
אלזא, זאל די גאנצע וועלט וויסן: דריי אידן זענען געזיצן אין א תיפלה און זיך צוגעהערט צו די דרשות פון די גלחים: די צוויי משמשים פונעם ברך משה זי"ע, משה גבאי'ס באדיס יואלי גאלד און שמחה בערנאט, און ר' בעריש פרייליך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 22:56 |
|
| |
מצורף קובץדי טיר וואו די משמשים פון רז"ל זענען אריינגעגאנגען אין קירכע. יא, זיי האבן נישט געוואוסט אז ס'איז עין רואה...

|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 22:53 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 22:16 |
|
| |
דא איז דער פסק פון הגר"מ שטערנבוך. בעריש פרייליך טענה'ט אז די לוי' איז נישט געווען אין די תיפלה אליינס, און וועגן דעם האט ער זיך פארלאזט אויף הגר"מ שטערנבוכ'ס היתר.
.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 22:00 |
|
| |
ס'איז א פאקט אז מרת וויטריאל איז געווען אין קירכע און ס'איז אויך א פאקט אז פון די אנדערע זייט איז מען אריינגעגאנגען אין קירכע, אפאר עסקנים.
איינער פון די מנהלים, גאר א פארלעסליכער מענטש, איז געווען ביי די באגרעבעניש צערעמאניע און עדות געזאגט פאר מיר, און יעצט איז עס פעסגעשטעלט געווארן דורך בילדער.
פון יעצט און ווייטער, נאר דיסקאסן פארוואס טאקע מען האט עס געטאן? און צי מען האט געמעגט, נישט עפעס אנדערש.
נארישע קינדערישע תגובות צו פארדרייען דעם שמועס, וועלן אויסגעמעקט ווערן, און די שרייבערס וועלן נחסם ווערן.
די שענסטע זאך וואלט געווען ווען ביידע זייטן דערקלערן חטאתי עויתי פשעתי און מיט דעם גייט די ווייטאגליכע געשיכטע אראפ פון טיש, אן מאכן א חילול השם און אויפרעגן די סטעיט טרופערס.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/01/2008 22:01:57
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:33 |
|
| |
די זאלי היפאקריטן האבן טאקע נישט קיין טראפ בושה.
דעם שבת האט מיילעך ביה"כ שטערן מוחה געווען ביי איינע פון די סאודערן אלייענס בונקערס אין קרית יואל, היתכן אברהם ווידער איז אריין אין קירכע.
בשעת די לוי' איז פארגעקומען איז ר' אברהם ווידער געווען אין... פאלם ספרינגס.
מיר האבן שוין צוגעשטעלט בילדער פון בערנאט און פון גאלד אין תיפלה, אבער די אלייענס האבן דערווייל צוגעשטעלט נאר פאשקעווילן, מחאות און קול ענות חלושות.
לאמיר זען צי די זאליס האבן גאטס און קענען מודה זיין דעם אמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:28 |
|
| |
וואספארא פאקטן ס'איז שוין דא דערווייל:
צד ר"א:
1. בילד פון ליובאוויטשער פרוי וואס איז פארהייראט צו סאטמארער יונגערמאן, אין קירכע
2. אנטשולדיגונג מצד קהל יטב לב פאר אן עבירה וואס א ליובאוויטשע פרוי האט געטאן
צד רז"ל:
1. בילד פון ראשי העסקנים, משמשים פון ברך משה ולהבדיל בין טומאה לטהרה רז"ל, אריינגיין אין תיפלה.
2. קיין שום אנטשולדיגונג מצד זאליס, פאר אזא הארבע עבירה פון אייגענע מענטשן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:22 |
|
| |
זינט דער נועם המדות האט זיך גענימען זיין כתר הנהגה איז נאכנישט געטוען געווארן קיין עוולה אינערהאלב זיין פארטיי.
אפילו זאלסט האבן ריזיגע סיינס מיט בילדער, ווידיאו קליפס, וועט עס נישט זיין גענונג באווייז פאר זייער זייט אז אן עוולה איז געטוען געווארן, און נישט נאר דאס, זיי וועלן עס לייקענען שטיין-און-ביין, זיי וועלן זאגן אויף שווארץ אז ס'איז ווייס, און אויף טאג אז ס'איז נאכט.
און אפילו ער וועט שוין מודה זיין אז זיי זענען אריינגעגאנגען, וועט עס אבער קיין עוולה נישט זיין, ער וועט האבן הונדערט און איין התירם דעראויף.
עקספעקט נישט פון די נועם המידות פארטיי קיין מוחאה! עס עקזעסטירט נישט אזאנס!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:18 |
|
| |
נו שוין, נישט קיין מחאה, איז עכ"פ אן אנטשולדיגונג. עפעס. כ'מיין וואו איז דאס געהערט געווארן אז זאלי'ס משתמשים מעגן אריינגיין אין קלויסטער און פון די הייליגע זאליס קומט נישט קיין שום מחאה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:16 |
|
| |
ענטפער ווי א נארמאלער מענטש, פארדריי נישט דעם שמועס.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 14/01/2008 21:21:32
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:13 |
|
| |
פארגעס דערוועיגען. די זאליס זענען אזוינע לוי לייווס. ווי לאנג ס'האט עפעס מיט
אהרן ט"ב איז עס א עבירה, איינמאל סהאט צו טין מיט זלמן לייב איז עס א מצוה.
תוקן על ידי ביבער ב- 14/01/2008 21:13:53
איך דער לייד נישט קיין עמי הארצים
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:05 |
|
| |
דוד, איז אריינגיין אין קירכע א פארברעכן אדער נישט?
זיי נישט קיין היפאקריט!!! אויב ביז יעצט איז עס געווען א קריים, פארוואס האט זיך עס יעצט געטוישט?
תוקן על ידי - ארענדאר - 14/01/2008 21:06:55
_________________ כאפטס אריין א וואדקע
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 20:58 |
|
| |
זעטס נישט ווי זיי זיצן אין קירכע און בוקן זיך צום ציילעם?...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 20:56 |
|
| |
יואלי גאלד ווערט געזען לינקס און שמחה בערנאטס רעכטס, אראפגייענדיג די שטיגן אונטער דעם גלאזענערם וואנט. זיי האבן פרובירט זיך צו באהאלטן פון מיין קעמערע, אבער ווי איר זעט איז זיי עס גאנץ ווייניג געלונגען.
כאפטס אריין א וואדקע
|
|
|
|
|