| נשלח ב-11/1/2008 04:11 |
|
| |
רז"ל אסרט אהרונים רופן סאטמאר
אין דער איד די וואך איז דא א בריוו פון ר' זלמן ווי ער ווארענט גאר שטערנג בכוח מרא דאתרא ובכוח תורתו הקדושה, אז נאר יעקב כהנא און שאול פערלשטיין מיט זייערע מענטשען מעגן זיך ריפען הנהלת הקהלה קהל יטב לב דסאטמאר, די אהרונים טארן זיך נישט אזוי רופן בשום אופן.
די אהרונים וועלן אוודאי אנעמען די פסק דין פון דעם גרויסער כח התורה...
אין אנדערע נייעס
ברוך דיין האמת!
די גוישע קאמפאני וואס די זאליס האבן פארקויפט אז זיי גייען פירן די וואלן און זיכער מאכן אז אלעס איז ליגעל געשטארבען אין דער איד איז נישט דא קיין שום בריוו פון זיי אז זיי באשטעטיגען די וואלן, עס האטאזא פנים ווי די קאמישענער אוו דיט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2008 18:34 |
|
| |
א בריוו קען מען בעקדעטן אבער א תלמוד חכם ווערט מען נאר אויב מען הארעוועט אויף די הייליגע תורה שטענדיג אמאל און היינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2008 18:55 |
|
| |
וואס איז דער פראבלעם העטעכל?
מען וועט בעקדעיטן א בריוו פון דיין רבי פונקט ווי מען האט געטאן ביי די וואלן...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2008 17:01 |
|
| |
נו, אויב איז דער בריוו נאר פאר לעגאלע אישו'ס, ווער זאגט דיר אז ס'איז נישטא פון רבינו שליט"א א בריוו, עס מיז דאך נישט ליגן אין דער בלאט, מ'שיקט עס גלייך פאר די לויער'ס,
נישט ווייל איך ווייס אזוי, נאר אויב פעלט עס אויס טוט מען דאס, און די מיזט נישט אלעס מיטהאלטן,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2008 15:53 |
|
| |
ר' יונה מאך דאס נישט אוועק זיי שרייבן נישט סתם אזוי וואס זאלי האט ציזאגן צי מען מעג זיך יא רופן קהל יטב צי נישט, אין זיי שרייבן דאס נישט צי דיר, זיי שרייבן דאס פארן געריכט זיי ווילן דאס אריינלייגן אין א רעלידזישאס אישו אז די געריכט זאל זאל דארפן אננעמען וואס זלמן'ס כוח התורא פסקענט,
אין בכלל די גאנצע מכלומרשטע בריוו (סערטיפיקעשאן) וואס זיי שרייבן אין איד פין ר' זלמן אין פין די אזוי געריפענע בד"ץ איז אויך פארן זעלבען צוועק, איך פארשטיי נאר נישט פאר וואס מיר מאכן נישט די זעלבע זאך צי שרייבן א בריוו פון רבינו שליט"א אז נאר אונז מעגן מיר זיך רופן קהל יטב לב וכו אין געבען דברי ברכה פאר די נייע ערוועלטע קהילה מיטגעלידער, איך האלט אז מען פארנאכלעיסגט דא זייער א וויכטיגע זאך , אין אנדערע ווערטער מיר דארפן האבן א באשטעטיגינג אויף די וואלן פון א רבנישע אויטאריטעט, ווי באלד די קארט האט געפאסקענט אז עס איז א רעליגיעזע אישו....
דאס איז מיין פערזענליכע מיינונג וואס איך טראכט קען זיין אז איך בין נישט גערעכט אדרבה טאמער איינער דענקט אנדערש זאל זיך לאזן הערען...
|
|
|
|
|