בית פורומים אנשי שלומינו

א פרישע פירצה מערער זיין אויף גיטין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/1/2008 23:19 לינק ישיר 
א פרישע פירצה מערער זיין אויף גיטין


די וואך אין דער איד ערשיינט א פרישע בריוו פון תחדוס, דאס מאל זענען זיי מערער אויף א דעם געשריבענעם גט דורך בי"ד של וואלהענדלער, פאר דעם יואל מארקאוויטש, איך בין ממש געווארן אויפגעטרייסלט פון דעם געדאנק, אויב גייט דאס ווערן א סטאנדארט, ווען מען וועט וועלן מאכן א גט וועט דע פרוי טוישן דעם וועג ווי זי שרייבט דעם נאמען, און דערנאך מערער זיין אויפן גט, ביז עס וועט חלילה ציקימען אז מען וועט חלילה מערער זיין אויף גיטין לאחר קבלתן, וואס אויסערן חרם דר"ת הידוע קען חלילה אזוי ציקימען להרבות ממזרים בישראל,

"מען טאר דאס נישט צילאזן מען דארף זיך צאמנעמען און באקעמעפען די פירצה"

יעצט וויל איך פארשטיין אויב איינער קען מיך מסביר זיין, דער בריוו אין דער גוי פאריגע וואך שרייבט תחדוס, אז זיי געהערט פון אפרים שמעון לייכטאג וואס ער איז געווען אין בית דין, אז ער האט בכלל נישט געוויסט אז דע גט איז פאר היתר מאה רבנים, ער האט געמיינט אז סאיז פשוט א גט על ידי שליח, (נישט אז איך גלייב אים), די וואך שרייבט תחדוס אין דער גוי, אז דער זעלבער אפרים שמעון לייכטאג האט זיי געזאגט אז די גט איז נישט כשר ווייל ס'שטייט פריידא מיט צוויי יודין, שומי שמים ער איז אין חרם דרבינו תם, היתכן ער זיצט אין בית דין ער האט א עורעור און ער זאגט גארנישט, איז ער דאך בוודאי אין חרם, ממילא מענדל זילבער איז נישט דארט געווען, און מען האט עס נאך נישט איבער געגעבן, אבער איינער וואס איז דארט געווען און ער האט נישט מערער געווען ער איז אין חרם, (ער זאגט דאך אז ער האט געמיינט אז מען גייט דאס גלייך איבערגעבן סאיז פשוט דורך א שליח),

איין תירוץ האב איך אויף אים אז ער האט נישט געוויסט וויזוי מען שרייבט פרידא, אבער וואס איז מיט דעם מי שאינו בקי בטיב גטין וקידושין לא יהא לו עסק עמהם אז מען קען נישט נעמט מען זיך נישט אינטער




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2008 00:13 לינק ישיר 

לידועת הציבור:

מיר האבן זיך אריבערגעצויגן צו "אחים לדעה" http://www.bhol.co.il/forum/forum.asp?forum_id=19780



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2008 00:04 לינק ישיר 

גיי ווייס (קען זיין האסט אליין באמערקט) מען טאר נישט מגלה זיין קיין שמות אבער זיין הודעות משתמש עס רעדט פאר זיך אליין איך האב נאר געוואלט זאלסט וויסן מיט וועם די האסט דיך אנגעפאנגן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2008 23:43 לינק ישיר 

typish11 כתב:
גיי_ווייס האסט פריער געשריבן:
"איינער וואס לייגט אין צייטונג יעדע וואך וואלט איך און די זיך נישט משדך געווען"

דאס ווייזט אז דו ביסט א היפאקריט שענסטענס געזאגט אדער גאר א ליגנער גראב גערעדט. ווייל דו ביסט דאך פארנומען מיט נישט נאר לייענען אבער שרייבן אויך אויף די אינטערנעט.



זאלסט מיר מוחל אבער זעהט אויס אז די ביסט טאקע א ערנסטע טיפוש,
וואס מיינסטו אז וועסט שיסען שרעקעדיגע ווערטער ווי היפאקריט ליגנער גייט איינער מיינען די רעדסט צי דער זאך, יא איך זאג נאכאמאל וואס איך האב געזאגט קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט א מענטש וואס מען ווייסט אז אויב עפעס וועט נישט גיין גיט וועט ער די באשמיצן אין צייטונג, דעס האט גארנישט מיט ליינען שרייבן הערן עסן אינטערנעט, אויב פארשטייסט נאך אלץ נישט גיי צים דאקטאר.

און וועגן דאס וואס די זאגסט אז א רב האט דיר געזאגט אז וואלהענדלער האט גענימען צוואנציג טויזענט דאלער, (געמעקט און געשריבן), זאלסט מוחל זיין אויב קיינער גלייבט דיר נישט זיי נישט ברוגז, ווייל די האסט דיך איינגעשריבן אין היידפארק גאצע דריי טעג, און מען זעהט אז ביסט נאר ביזי מיט די פרשה, דיינע אינטערסן דא בליטשקענען ארויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2008 23:19 לינק ישיר 

גיי_ווייס האסט פריער געשריבן:
"איינער וואס לייגט אין צייטונג יעדע וואך וואלט איך און די זיך נישט משדך געווען"

דאס ווייזט אז דו ביסט א היפאקריט שענסטענס געזאגט אדער גאר א ליגנער גראב גערעדט. ווייל דו ביסט דאך פארנומען מיט נישט נאר לייענען אבער שרייבן אויך אויף די אינטערנעט.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2008 23:15 לינק ישיר 

גיי_ווייס, איך האב גערעדט צו א רב וואס איז אריינגעמישט פון ביידע זייטן, פאקטיש רעד איך מיט אים כסדר, האב איך אים איבערגעפרעגט וועגן דעם האט ער מיר בפירוש געזאגט אז ער (וואלהענדלער) האט יא גענומען $20,000 פאר די היתר.





תוקן על ידי typish11 ב- 17/01/2008 23:21:52




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2008 21:09 לינק ישיר 

איך האב גערעדט היינט צי א רב וואס האט פראבירט פארהאנדלען מיט די צוויי צדדים, קיין סאך האט ער נישט געוואלט רעדן, אבער ער האט מיר געזאגט אז די צוואנציג טויזענט דאלאר וואס מען פארקויפט דא אז וואלהענדלער האט גענימען איז נישט אמת, (אפשר די אנדערע דארט האבן גענימען)

דרך אגב איינער ווייסט צי דער איד האט שוין פרישע שמיץ אויף די פרשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2008 00:50 לינק ישיר 

איך האב נאר געוואלט מוסיף זיין איין ווארט, פון דער שמיעס דא זעה איך אז ס'איז דא אזעלכע וואס זענען דיסעפוינטעט מיט לייכטאג'ס ווירטשאפט, איך האב אבער שוין געשריבן אויף אים ווען ער איז געווען לטובת דעם אינגערמאן.
 http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2335028&whichpage=2#R_13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/1/2008 23:26 לינק ישיר 

אט די ענד
קיין שום היפאקריטיזם איז דא אין מיינע ווערטער, איך האב נאר ארויס געברענגט איין פאינט, וואס מיר האבן בקבלה פון זיידן תרח, אז כל הדורש דורש לעצמו, קיינער מיינט נישט דעם באשעפער, יעדער מיינט זיך, ר' מענדל זילבער און ר' יושע העשל וואלהענדלער מיינען אויך זיך, און דער אפרים שמעון לייכטאג און ר' יעקב זיידא וואס האבן געטאנצען אהין און צוריק מיינען אויך זיך, געלט כבוד וכו'




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/1/2008 23:06 לינק ישיר 

פארדעם איז ער נאכנישט קיין היפאקריט.
נאך אלעם איז יצחק שטיין אז שטיקל נוגע בדבר וועגן אינטערנעשאנעל.

אבער איך קום צוריק צום פאינט:
פארוואס דארף דער איד מיש די טינופות? געוואלד פארוואס?
פארוואס  האבן מיר זיך נישט אויסגעלערנט צו שטיין כמטחוי קשת פון משפחה מחלוקת'ן. וואס ברענגט עס אונז?

אז איצא גליק ווי מישן כאזעריי, נאו פראבלעם. אז וואלהענדלער קריגט זיך מיט מענדל זילבער, איטס היס פראבלעם

אבער פארוואס דארפן מיר אריינגעצויגן ווערן דערין.
די פראבלעמען פון דאס יונגע ווייבל אין דאס קינד, וועט נישט אוועקגיין אדער געלינדערט ווערן ווען דער איד וועט יעדע וואך אריינשטעלן 20 פול פעידזשעס.

דער איד וועט נאר שמוציג ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2008 22:43 לינק ישיר 

גרויס נייעס האסט דען נישט געוויסט אז קיינער איז נישט דא אימזיסט, און מיט דעם אלעם טרייב עס נישט איבער, די אנדערע דיינים דארט מיטן סופר (וואס האט זיי נישט געפאסט אליין צי בעטן אבער מאכען זיכער מען פארשטייט) האבן פין די צוואנציג אלפים אראפ געשניטן, נישט נאר וואלהענדלער איז געווען א גאליציאנער, דער לייכטאג מיטן סופר זענען אויך נהרג על שוה פרוטה.

און נישט נאר שונאי בצע האט משה רבינו נישט געטראפן, נאר נבונים אויך נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/1/2008 19:20 לינק ישיר 

השומר_שבת, עס איז אינטערסאנט האסט פארעגסן צו דערמאנן אז וואלהענדלער
האט גענומען $20,000 (צוואנציג טויזענט דאלער) פאר די היתר מאה רבנים. און די אמת איז אז איך פארשטיי פארוואס דו האסט פארגעסן, עשרים אלפים ככר כסף ביני ובינך מה היא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2008 23:55 לינק ישיר 

וואס איז די מעשה דא ווייס איך נישט פונקטלעך, אבער מאך נישט פון וואלהענדלער א צדיק... ער ארבעט אויך פאר געלט פונקט ווי אלע רעבנים (כלשונך), ער איז פונקט אזוי קאראפט ווי אלע רעבנים (כלשונך), ווי סקוקט אויס פון דעם מעשה וואלט שוין לאנג געוועזען א הסכם מיט א גט ווען נישט דער מישט זיך אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2008 23:31 לינק ישיר 

איינער וואס לייגט אין צייטונג יעדע וואך וואלט איך און די זיך נישט משדך געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 08:00 לינק ישיר 

איך האב גערעדט צו איינער פון די פארוואלטער פון דער איד, און יענער האט מיר געזאגט אז סאיז טאקע א טעות אבער מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט איינעם, דעריבער גייט עס אריין, אפילו עס איז א עוולה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 07:06 לינק ישיר 

עס איז באמת שווער צו שרייבן איבער יענעמס צרות, נאר איך האב גראדע  אסאך ארום געטוען איבער די נושא אין אנדערע קעיסעס.

איך קען דעם הרב וואלהענדלער פין אנדערע קעיסעס, אין על פי רוב האט יעדער הנאה פין עם, אין קען צענדליגע יונגעלייט וואס זענען דורך געגאנגען שבעה מדורי גיהנום פין די א"ג רעבנים, ליידער איז באקאנט אז סיי ביי השגחות, דיני תורה, אין עניני גטין, איז דא איין זאך וואס אינטערסירט די רעבנים, אין דאס איז געלט, חוץ מזה איז קיינמאל נישט געווען אזא חוצפה ביי די פרויען ווי מען זעט היינט, אין נישט פארדעם האט ר"ג מתקן געווען דעם חרם, דאס ווערט אביוסד דורך די היינטיגע פרויען, פאר קיינעם נישט געווינטשען דורך צוגיין וואס יונגעלייט מאכען היינט מיט, אבער ח"ו אז עפעס מאכט זיך, וועט איר זיין דאנקבאר פאר די אויפטו פין הרב וואלהענדלער.....

אגב האט זיין סטראשע בריוו אסאך אויפגעטון אין די וואך איז קיין בריוו פין די דריי חברה שוין נישט געווען.....חוץ די בריוו אקעגען דעם גט, וואס אגב האט הרב וואלהענדלער אפגעשריבען א מעכטיגע ספר אויף שמות גטין, וואס די אנדערע דריי חברה קענען איינפאקען......

אמעריקע איז טאקע א פרייע לאנד, אבער מען קען נאך אלס נישט טון וואס מען וויל, איך מיין אז די אינגערמאן האט גאר א שטארקע קעיס, אין נאך אלעם האט דאך סאטמאר געוויזען דעם וועג.....
די היימישע רבנים זענען ליידער קאראפטעד פין קאפ ביז פיס, אין די קידוש השם אין די פרעסע איז געוואלטיג גרויס......

attheend די אכט פינקטען וואס די ברענגסט זענען להפך פין די פאקטען.....

איך ווינטשט טאקע קיינער זאל נישט דארפען צוקומען צו הרב וואלהענדלער, אין זאל זיין שלום ושלוה ביי איעדעם איינעם, אבער זיין אויפטו וועט זיין א באמבע פאר די אוהבי בצע, אין די פרויען וועלן טראכטן צוויי מאל פארן אנפאנגען א גאנצע מהפכה צוליב א טאטע וואס וויל זען זיינע קינדער....

ולא ישמע עוד.......אין זאל זיין נאר שמחות ביי אידען..........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אנשי שלומינו > א פרישע פירצה מערער זיין אויף גיטין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext