|
|
| נשלח ב-16/1/2008 16:57 |
|
| |
מאנטאג ווען די אהרונים האבן געקלעימט זיג אין קאורט, איז געקומען א טעקסט–מעסעדזש אז דער מאנראוער רבי הערנדיג די נייעס האט געהייסן מעלדן זיינע חסידים אז די תקנות איז בטל...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2008 17:04 |
|
| |
נו... דוד'ל....
ווער איז בעה"ב יעצט אין ביה"ח?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2008 21:08 |
|
| |
די זאליס זענען שרעקליך צוטראגען וועגן די בית החיים, נעכטען האבן זיי געהאט א מיטונג ביי ר' שלמן אינדערהיים, ווי אלע קארפן קעפ האבן זיך באטייליגט, ובראשם שלום דייטש און יעקב בער, ס איז געגאנגען טישן און בענק, יעדער האט באשולדיגט שלום דיייטש אז ער איז שולדיג אויף די דורכפאל, און ער האט יעדעם צוגעזאגט אז די בית החיים איז ערלעדיגט.
מען האט געזינגען איכה, און מע האט געוויינט דארט, אאיינער יאקאבאווישט וואס ארבעט אין אפיס האט געזאגט אז די מעמבער קיפ איז פארטיג, דער עולם וויל נישט געבן מער קיין מעמבער שיפ ווייל מען האט פארלוירען די בית החייים.
שלום דייטש האט געזאגט אז עס איז דערנאך, עס איז נאר דא איין ברירה אדער צו פארהאנדלען מיט די אהרונים, אדער מאכן איין אייגן בית החיים אדער ליגען ביי די בני יואל, ר' זלמן האט געזאגט אז ער האלט נישט ביים ליגען אין בני יואל לעבן די פאר משגעים דארט, און יעקב בער האט געזאגט אז ער וויל נישט ליגן לעבן ר' בערלע ווייס דארט.
דערווייל איז געבליבען אז מען גייט מאכן נאך א מיטונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2008 22:03 |
|
| |
יונה'לע
האסט פארגעסן צו ענדיגן, אז די מיטינג האט באשלסאן אז מען האלט נישט ביים שטארבן אזוי שנעל...
א פרייליכן פורים...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2008 22:11 |
|
| |
דוד'ל,
וואס זאגן די נייע ערוויילטע חברא קדישא פירער, ווי זאל מען לייגן מרת ווייס ע"ה (אשת הרב הערשל שליט"א)?....
קענסט רעדן צו די נייע ערוויילטע חברה קדישא און זעהן אז מ'זאל אינסטאלן א בעסערער הייצונג סיסטעם אין אוהל הק' ?...
הדא הוא דכתיב, א פרייליכען פורים!...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2008 22:39 |
|
| |
ביי די זאליס איז איצט תשעה באב און נישט פורים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2008 23:33 |
|
| |
יעקב שמשון פון די חברה קדישא האט פריער געזאגט, אז אלעס איז אינטער קאנטראל
(אפשר ביי גאטליב'ס רעסטאראנט)...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2008 04:40 |
|
| |
ווארבאטום פון דעם הירינג!
לייענט און האט הנאה!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2008 06:33 |
|
| |
ישר כח ארענדאר,
איך בין עס דורכגעלאפן שנעל. שפעטער וועל איך שרייבן א לענגערן אנאליז אבער דאס איז וואס מען זעט אינעם פסק בקיצור:
1. דער דזשאדזש זאגט אז ער זעט נישט וויאזוי דאס געריכט זאל זיך קענען אריינמישן און זאגן א פסק אויף די זאלי אנקלאגע, און ער האלט אז ס'איז זיכער נישט דזשאסטישעבל (דאס מיינט אז דאס געריכט קען נישט פסקנען דערויף) ווייל ס'איז א רעליגיעזע פראגע. ער האט געגעבן א טשענס פאר די זאליס אז זיי זאלן אים פרובירן אויפצואווייזן אנדערש, אבער פון זיינע ווערטער קוקט אויס אז ער וועט זיך נישט ברעכן אזוי גרינג.
2. דער דזשאדזש האט געזאגט אז איבער די פראגע פונעם ביה"ח וואס איז אין ארענדזש קאונטי דארף מען גיין צום ארענדזש קאונטי געריכט, אבער ער גלייבט אויך נישט אז ארענדזש קאונטי וועט יא מסכים זיין זיך אריינצומישן, ווייל ס'איז ווייטער א רעליגיעזע פראגע און ס'איז נישט דזשאסטישעבל.
3. דער דזשאדזש האט געזאגט אז די איינציגסטע קעיס וואס איז דא יעצט פאר'ן געריכט, וואו דאס געריכט קען זיך אריינמישן, איז נאר די אהרונישע קעיס (פרענקעל קעיס), דאס איז די אנקלאגע וואס די סאטמארע מעמבערס האבן אריינגעגעבן אין געריכט אז זיי האבן געגעבן געלט אויפצובויען די נייע בית המדרש, און די זאליס האבן עס צוגענומען.
סך הכל: די זאליס האבן געהאט זייער א שלעכטן טאג אין קאורט, און דער ריכטער האט קלאר ארויסגעברענגט אז ער האלט אז ער קען נישט דן זיין אויף זייערע קלאגעס.
תוקן על ידי געשמאק ב- 17/01/2008 7:27:05
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2008 17:47 |
|
| |
אפי' אין די ביה''כ פון ראדני איז ער נישט מרא דאתרא .
|
|
|
|
|