| נשלח ב-21/1/2008 18:19 |
|
| |
שווארצער מאנטיג אין לאנדאן סטאק מארקעט
די לאנדאן סטאק מארקעט האט היינט זייער שטארק געקראכט, שוין נישט געווען אזא סטאק מארקעט קראך זינט 9/11, פארלוירן 60 ביליאן פונט אין סטאקס!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2008 04:15 |
|
| |
ס'קוקט אויס ווי ס'קומען ערנסטע צרות אויף די גלאבאלע עקאנאמיע.
סטאק מארקעטס אין די גאנצע וועלט האבן ערנסט געקראכט נעכטן, דער אייראפעאישער סטאק מארקעט האט דערלייגט נאנט צו א פערטל טריליאן יורא! די מארקעטס אין דייטשלאנד, פראנקרייך, ענגלאנד, קאנאדא, און נאך לענדער האבן געטראסקעט אומגעהויער. און דאס איז א שפיל קעגן די צרות וואס ערווארטעט מארגן דעם אמעריקאנער סטאק מארקעט (היינט איז עס געווען צוגעשפארט לכבוד מארטין לוטער קינג).
די הויפט סיבה פארן קראך איז אן ערנסטער זארג אז אמעריקע גליטשט זיך אריין אין רעסעסיע אין פולן גאלאפ, און נעמט מיט פאר א רייד די גאנצע איבריגע וועלט. ווי עס שיינט איז די סיבה פארן יעצטיגן פאניק די רעדע פון פרעזידענט בוש וועלכער האט די פארגאנגענע וואך ארויסגעלייגט א פלאן צו ראטעווען די עקאנאמיע, אבער גלאבאלע אינוועסטירער זענען באזארגט אז די שריט זענען "צו ווייניג צו שפעט", אזוי אז אנשטאט בארואיגן האט די רעדע געברענגט אן ערנסטן מארקעט קראך - אויף דערווייל.
_________________
תוקן על ידי - אפשר_דאך - 22/01/2008 4:17:17
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2008 16:13 |
|
| |
דער פעדעראל רעזערוו האט היינט אין א פארצווייפלטן שריט געשניטן די פראצענט ראטעס עמערזשענסי, אבער ס'איז אנגענומען אז ס'וועט נישט העלפן קיין סאך.
וויפיל איך פארשטיי איז דער הויפט פראבלעם אז די אלגעמיינע גאס האט נישט קיין צוטרוי אין בערנאנקי. גרינשפאן האט געהאט א נאמען אלס אויסגערופענער פינאנסיסט אין וועמען די גאנצע וועלט האט געהאט צוטרוי, בערנאנקי האט - ווייניגסטנ'ס געלאזט אן איינדרוק - אז ער האט נישט די פינאנציעלע כשרונות וואס גרינשפאן.
באמת איז דער היינטיגער קריזיס גענצליך גרינשפאן'ס שולד, ביים ערלויבן די בענק צו טיילן מארטגעזשעס אין די וועלט אריין און ארויפשיסן דעם האוזינג באבעל (אן ענליכן טעות וואס איז געווען מיט די אינטערנעט סטאקס אין די ניינציגער יארן, כאטש דאן איז גרינשפאן נישט געווען אזוי דירעקט שולדיג ווי היינט), אבער אזוי גייט שוין די וועלט אז בערנאנקי איז דער וואס דארף יעצט קייען גרינשפאן'ס שטרוי.
גאט באהיט וואס די נאכווייען וועלן זיין פאר די אזוי אויך שוואכע אידישע פרנסות.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2008 00:45 |
|
| |
די סטאק מארקעט איז אזוי צודרייט געווארן, אז נאך א מעיזשאר טראסקע האט עס גענומען פליען צוריק ארויף...
אביסל נאך צוועלף אזייגער האט זיך גענומען פארפלייצען די מארקעט מיט מציאות כאפערס, צופרי האט די דאו זשאנס געטראסקעט מיט 323 פוינטס, אבער ביז סוף טאג האט זיך עס צוגעשפארט מיט א געין פון כמעט 300 פוינטס! א שפרונג פון 620 פוינטס אין איין טאג!
|
|
|
|
|