נירבאטער רב, איר זענט א טועה בדבר משנה
אונז אלע ווייסען פין די לעצטע
מערכה מיט די געלעכערטע בהמות, וואס דער בודק פין ארץ ישראל, טענה'ט אז פערציג
פראצענט טויג נישט, און דער נירבאטער טענה'ט אז בלויז פיר פראצענט טויג נישט.
די נירבאטער, האט אנגעשריבען א
תשובה, ווי ער איז מאריך מתיר צו זיין, מיט די טענה, אז היות רוב איז כשר, און עס
איז נאר פיר פראצענט, איז עס א מיעוט שאינו מצוי, און מען דארף נישט חושש זיין.
נירבאטער רב, וואס איז מיט
אייך?
דא רעדט מען פין קויפען בהמות
פין א פארמער, וואס ער האט דארט "זיכער" געשטאכענער בהמות, ווי די אליין
ברענגסט פין די דאקטוירים דארט צום סוף. עס איז נישט דא קיין שום היתר דא, א בהמה
ווערט נישט בטל, עס איז א דבר חשוב, עס האט א דין ווי אין סי' נ"ח, וואס דארט
שטייט, ביי א ספק דרוסה, אז מען ברויך חושש זיין אויף יעדעס בהמה, און מען דארף
האבען בדיקה אויף יעדעס איינס צו זעהן אויב עס איז נישט נדרס געווארען.
נאך מער איז די קשיא אויף דיר,
די אליין ברענגסט די תשובה פין אגרות משה יו"ד סי' כ', די ברענגסט עס כאילו
ער איז מתיר בכלל געשטאכענע בהמות, און אונז זענען מער מחמיר ווי אים וכו'.
שקרן די, דארט צום סוף אסר'ט ער בפירוש ווען מען
ווייסט אז אין די פארם איז דא אפילו איין געשטאכענע בהמה. וואס איז מיט דיר געשעהן???????
 |
|
|