טאמיר מען האט זיך איינגערעדט אז די זאליס האבן נישט
גענוג געטרעטן אויף די תוה"ק מיט ביידע ביידע פוס
מחלל שבת געווען די וואך אין בארא פארק
גיין אכט מאל אין ערכאות
גיין אין קירכע
גיין אין טמא'נען בג"ץ
איז עס יעצט געוואקסן פיל פאכיק, מיט איינע פין דריי הארבסטע עבירות
וואס פאר אזא עבירה וואלט מען זיך געדארפט רייסן די קליידער אויף פעדעמער
היינט חמשה עשר בשבט ,האט מען גענימען די ערוואקסנע מיידלעך
פין ניינטע, צענטע, עלוופטע, קלאס אויף א אויספלוג
נא ווי גייט מען ?
צי די אלטע קווינסער ישוועי ,ווי סאיס די יעצטיגע דארמעטארי
אנקימענדיג דארטן היינט אינדערפרי, האבן נאך א טייל בחורים געשלאפן
א טייל האבן זיך געדרייעט אין די קארידארן מיט די תחתונים
די ערשטע זענען די מיידעלך אריין אינעם שול אין מען האט געזינגען
קול באשה ערוה, סאיז געווען א טייל בחורים אין אויסגעהערט
נאכדעם האבן זיך די מיידעלעך ארים געדרייעט אינעם בלידניג
אין דאס איבעריגע איז היסטאריע
אין ווי פארשטענדליך איז אין פוצה פה ומצצפה ,די לישקע קישקע
איז ביזי מיט פרעשערין ר' שלמה לייב ווייבערגער, אז ער זאל מיט טאנצען מיט זייער
שדים טאנץ, אין אינטער שרייבן אז דער מלשין מענדעל שווימער האט א היתר צי גיין אין ערכאות
וואס דערווייל וויל ר' שלמה לייב נישט אינטער שרייבן
איך ווייס פאר א פאקט פון א קווינס בחור אז בית רחל איז דארט געווען, ער זאגט אבער אז בשעת מעשה איז אין יענע בנין נישט געווען קיין בחורים
נשלח ב-29/1/2008 01:18
צוריק צום מעשה נבלה פון די 82 הנהלה רוחנית,
איך קען נישט זאגן א מיינונג אז איך ווייס פאר א פאקט אז די מעשה איז פארגעקימען, כאטש ס'איז נישט שווער, מ'קען פרעגן יעדע מיידל וואס לערנט דארט, אבער וויבאלד איך האב נישט ב"ה קיין טאכטער און נישט שוועסטער דארט ווייס איך נישט די ווארהייט דערפון,
אבער וואס איך קען יא זאגן איז אז עס שטייט אויס פון זיי, אויף די יעניגע חברה וועל איך אלעס גלייבן, נאכדעם וואס איך זעה אז זיי האבן קיין פראבלעם מיט גארנישט ווואס עס שטייט אין די תורה, ווען זיי טוען עפעס איז עס מותר לכתחילה און ווען א צווייטער טוט עס איז עס טריפה חזיר, מיין איך אז עס איז זייער פאסיג אויף זיי צו דערציילן די מעשה, עס שטימט שטארק אויף זיי.
אויב וואלט די מעשה געווען שקר וואלטן דאך שוין צענדליגע אידן וואס האבן דארט טעכטער געשריבן און געשריגן אז ס'איז שקר, דערוויל אין קול ואין עונה, יא, פון דוד46 האב איך נישט געקלערט אנדערש נאר אז ער וועט עס פארלייקענען, אבער פון עלטערען הערט מען יא פארפירן, איך האב געהערט עטליכע אפגעהאקטע שמועסן פון עלטערען וואס האבן דארט קינדער ווי זיי קאָכן ארום, נאר אזוי ווי איך האב נישט געהערט קיין פינקטליכע מעשה קען איך עס נישט אראפברענגען, אבער עפעס שרעקליך קוקט אויס איז פארגעגאגנן דארט.
נשלח ב-29/1/2008 01:12
וואס טענה'ט מען זיך מיט דעם זאלי?
ווי זענען די פורים רבנים און זייער בית דין, פארוואס זענען זיי נישט מוחה אויף די שרעקליכע פירצה פון ברענגען גרויסע ערוואקזענע מיידלעך צו א געביידע פון ערוואקסענע בחורים
איכה היתה לזונה?
פארוואס רידערט נישט די וועלט אויף פון די שרעקלעכע פירצה בחומת פון די תינוקות של בית רבן?
_________________
נשלח ב-29/1/2008 00:59
סקאט
ביסט גערעכט, פיין און וואויל...
אבער איך קען דאך מענטשן (סאך עלטער פון מיר) וועלכע שרייען שוין דאס וואס דו זאגסט, די זעלבע סטעיטמענטס און די זעלבע שפעט ריייד פאר די לעצטע 50 יאר.
איך מיין חסידשע אידן מיט ווייסע זאקן, נישט קיין קאלטע ליטוואקן, וועלכע זענען קעגן דעם דרך הבעש"ט הקדוש.
זיי טענה'ן אז די רבי'ס פון 50 יאר צוריק זענען אויך געווען נאר פאוער מאנגערס מיט פיפיגע גבאים.
זיי נישט קיין שוטה.
ר' שלום פויגל איז נישט קיין געווען יושע'לע בהמה. ער איז געווען אפיפיגער יונג.
אויך ר' יוסף אשכנזי און זיין פאטער ר' פייוויש אשכנזי זענען קיין נארנים נישט געווען, אמת?
דאכצעך מיר אז דער גבאי פון ר' יאנקעלע און ר' איציקל זי"ע זענען אויך געווען קליגע חברה (חברה-לייט)...