|
|
| נשלח ב-23/1/2008 18:23 |
|
| |
צוויי דאלער א מקוה אין דרייצן הופער?
עס האט זיך געמאכט און איך בין אנגעקומען קיין 13 הופער שול צוליב א סיבה, און אזוי ווי א חסידישער איד האב איך זיך געוואלט טובל זיין אין מקוה פארן דאווענען, אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארן אז זיי נעמען דעם געפעפערטן פרייז פון גאנצע צוויי טאלער פאר א האנטוך און אביסל הייס וואסער.
אלעס קאסט געלט. וואשן די האנטעכער, הייס וואסער פאר די שויער'ס, ווארעמען דעם בור, ריין מאכן די מקוה יעדן טאג, פארט קען איך נישט פארשטיין פארוואס מען זאל רעכענען אזא פרייז ווען עס איז א קליינער סוד אז מיט דעם דרייענדיגן טיר וואס כמעט אלע מקואות פארמאגן שוין, איז עס א שיינער ביזנעס און מען מאכט דערויף אסאך געלט. פארוואס זאל מען רעכענען אזא פרייז?
זענען זיי די וועג ווייזער פאר אנדערע מקואות וואס רעכענען איין דאלער צומערסטנס פאר א מקוה, אז זיי זאלן אויך ארויפגיין מיטן פרייז סתם ארויסצוציען נאך א דאלער פונעם ציבור?
תוקן על ידי הערשעל ב- 23/01/2008 18:40:07
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2008 17:34 |
|
| |
איך ווייס א מקוה אין וויליאמסבורג וואס בעט א ריזן פרייז צו גיין דארט פרייטאג נאכמיטאג (אזוי ווי אלע גנבים וואס רייסן די הויזן פון די ארימע, בלויז ווייל זיי קענען) אבער מיט הארץ, דהיינו, אויב א איד האט נעבעך נישט אזויפיל קען ער דארט אריינלייגן א סינגל דאלער און דער טיר וועט זיך פאר אים עפענען אן קיין בושה. דאס קען נישט א היתר צו באצאלן ווייניגער וואס מען פארלאנגט, אבער אויב האט מען נישט, וועט מען אים נאך אלס לאזן מוסף זיין קדושה לכבוד שבת.
אזוי וואלטן אלע מקואות געברויכט צו טאן. (אפגערעדט אז מען רויבט אין די וועלט אריין, און נאכדעם גייט מען נאך אן בושה ארום נאך געלט פאר בדק הבית ווען די טאשן זענען פול מיט געלט וואס א מקוה ברענגט אריין.)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2008 03:42 |
|
| |
פאר א כשר'ע מקוה באצאלעט מען
פאר א גע'גנבטע מקוה באצלעט מען נישט
מים גנבו ימתקו
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2008 22:29 |
|
| |
די קשיא איז באמת אויף יעדעם, עס האט גארנישט מיט הופער. אלע רייסען זיי ביי די מקואות היינטצוטאגס מיט די גראטעס
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2008 21:57 |
|
| |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|