בית פורומים כל העולם כולו

סאטמארע מצה בעקעריי באקט טויזענטער פונט מצות און קען נישט נאכקומען גרויסן פארלאנג (מהר"א)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/1/2008 03:39 לינק ישיר 
סאטמארע מצה בעקעריי באקט טויזענטער פונט מצות און קען נישט נאכקומען גרויסן פארלאנג (מהר"א)


די סאטמארע מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג האט אנגעהויבן אין חודש טבת צו באקן טויזענטער פונט מצות פאר אנשי שלומינו, און לויט דעם גרויסן פארלאנג פון דרויסנדיגע מענטשן אויסער פון אנ"ש, איז זייער שווער נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג, זיי זיכן נאך ארבייטער כדי צו קענען ארויס געבן נאך סחורה



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/2/2008 18:03 לינק ישיר 

אוי אנטשולדיגט

799 קענט עוועניו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2008 18:02 לינק ישיר 

799 וואס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2008 02:45 לינק ישיר 

799 ק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2008 16:35 לינק ישיר 


איך בין געווען איינמאל דארט צוזאמען מיט רבינו שליט"א, איך האב שטארק הנאה געהאט ווען מ'האט אויס געריפען , אז ע"פ תקנת הרב מיטן  ועד הכשרות ווער ס'ארבייט נישט דא טאר נישט צורירן צי גארנישט אפילו מיט געוואשענע הענט!!!, (דאס איז ווייל נישט יעדער קען אלע הלכות וחומרות המקום) 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2008 16:03 לינק ישיר 


דרך אגב האב איך באמערקט א 2 3 קליינקייטן וואס איז אנדערש ווי אנדערע בעקעריס קודם אז דא ארבייטן א גאנצן טאג אך ורק נאר שומרי תורה ומצות, והשנית דא שטייט א מצה  (אהן קיין ארבייט)   סך ווייניגער אין צייט ועוד דא איז דא א משגיח תמידי א גאנצן טאג - רב בערנשטיין האט מיר געזאגט אז דאס איז אויסער דעם מענעדזשער פונעם טיש און אויסער וואס די משמר הכשרות חברה קומען אריין יעדן "טאג" עטליכע מאל ,  און אויסער וואס דער רב שליט"א איז דארט עטליכע מאל א וואך וכו' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2008 15:56 לינק ישיר 

מנהלרוחני,

גם אני בחלומי, איך בין געווען נעכטן פארמיטאג אין די בעקערי, גראדע האב איך געטראפן דארט הרב בערנשטיין פון די ועד משמר הכשרות, און איך האב געוואלט קויפן א באקסל מצות, דער גראס האט מיר געזאגט אז שברים איז ביליגער האב איך געקויפט שברים, ער האט נאך נישט געהאט פון דעם טאג האב איך באקומען פון זינטאג, און לענ"ד איז דאס באמת טאקע עפעס מורא'דיג געשמאק  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2008 17:58 לינק ישיר 

רבותי, ווער עס וויל האבן מצות פון אונזער בעקעריי אין וויליאמסבורג, זאל האבן שכל און שוין אריינשיקן אן אפליקעישאן, כדי נישט צו זיין א צועק לשעבר ווען עס וועט נישט זיין צו באקומען.

איך האב באקומען אין אימעיל אויף [email protected] א קלארערע אפליקעישאן.

http://www.mysatmar.com/docs/matzoh_aplication.pdf




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2008 17:50 לינק ישיר 

איך האב באקומען אין אימעיל אויף [email protected] די אפליקעישאן פאר מצות, פאר ווער עס וויל שוין באשטעלן

http://www.mysatmar.com/docs/matze.pdf




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2008 01:08 לינק ישיר 

היי יאר וועט זיין א מאנגל אדער מ'באקט גענוג?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2008 06:38 לינק ישיר 

הרב סקאט, במחילת כבודך הרמה, קיינער האט די ארונים נישט געווארפן, די בראדוויי מצה בעקערי וואלט זיך געוואונטשן צו האבען די פאר טויזנט (אדער ווייניגער, וויאזוי ס'איז דיר באקוועם) ארונים אלץ זייערע קליענטן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/1/2008 18:40 לינק ישיר 

דאס איז די חורבן מיט ענק אהרויניס, פארוואס די וועלט לאכט אזוי פון ענק, אלעס איז ביי ענק דראמאטיש, רעוועלושענס, באמביסטיש, שטוינענד, ריזיג, טויזענטער, מיליאנען.

וויזוי האט נאר יענער געזאגט די וואך פאר ביל קלינטאן?

COOL IT DOWN

מאכטס נישט אזעלעכע גראמאזן, ס"ה האט עטס א מצה בעקעריי פאר ענקער חסידים, ווייל מ'האט ענק ארויסגעווארפן פון די אלטע בעקעריי, נו מאי כול רעש? טויזענטער פונט מצות? קאט די קרעפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 18:09 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 17:20 לינק ישיר 

מנהל רוחני
צי ער טויג צי נישט ווייס איך נישט, דעיס העמיר געוואויר ווערן.
אבער איין זאך ווייס איך יא פון מיין עקספיריענס וואס איך האב מיט אים,
א זאך וואס ער נעמט אין די האנט אריין לטובות הכלל ווערט עס ווי זיין אייגענע זאך, ער געט זיך אפ מיט דעים מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט.

אויף אים קען מען ריכטיג זאגען "עוסק בצרכי ציבור באמונה"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 17:17 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 17:11 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאטמארע מצה בעקעריי באקט טויזענטער פונט מצות און קען נישט נאכקומען גרויסן פארלאנג (מהר"א)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext