בית פורומים כל העולם כולו

וגר זאב עם כבש: ערשטע מיטינג אהרונים מיט זאלונים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/1/2008 18:21 לינק ישיר 
וגר זאב עם כבש: ערשטע מיטינג אהרונים מיט זאלונים

דאס ערשטע מאל אין די געשיכטע וואס די אהרונים און זאלונים האבן זיך געטראפן צוזאמען ביי א מיטינג, מיט פאליטישאנס, כדי אויפצוטאן לטובת וויליאמסבורג.

דער קרעדיט קומט זיך פאר העסקן ר' אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו, א זאלי, וואס האט געלייגט פאליטיק אין א זייט און אראנזשירט די גאר קריטישע מיטינג, וואס וועט ברענגען אסאך גוטע רעזולטאטן פאר וויליאמסבורג.

האפנטליך איז דאס נאר די אנפאנג, און די וויליאמסבורגער עסקנים וועלן איינזען אז ביי די גוים זענען אהרונים מיט זאלונים איין  זאך, זיי קוקן אונז אלע אן די זעלבע. און ווען מען ארבעט צוזאמען קען מען אויפטאן גאר אסאך.

http://www.theyeshivaworld.com/gallery/main.php?g2_itemId=20616

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 22:08 לינק ישיר 

יא, אזוי ווי איר זאגט, די מיטינג איז פאריפען געווארן דורך דעים כלל טוער פין וויליאמסבורג אברהם יעקב פריעדמאן וואס ער איז א זאלי, און ער העלפט אויך ארונים, און דא האט ער געטוען די גרעסטע זאך ווי צוזאמען ברענגען ארונים מיט זאליס.

און סאיז שוין די העכסטע צייט אז מען זאל צוזאמען ארבעטען מיט די קומיוניטי לידערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 20:14 לינק ישיר 

דו רעדסט כאילו, רוב וויליאמסבורג איז אנדערע קהילות, און סאטמאר איז נאר א מינדערהיים. ווער איז וויליאמסבורג אויב נישט סאטמאר? און ווער זענען די וויליאמסבורגע לידערס אויב נישט אהרונים מיט זאלונים.

ניין ניין, דער קעפל איז פונקט וואס ס'וואלט געדארפט זיין, און דו ביסט גרייזיג.

די פאליטישאנס זענען געווען ערשטוינט צו זען וויאזוי ביידע זייטן קענען ארבעטן צוזאמען. קאנסילמאן דעיוויד יאסקי האט זיך געריבן זיינע אויגן ער איז נישט געווען זיכער צי ער איז אויף אדער ער שלאפט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 19:37 לינק ישיר 

דער קעפל איז היפש גרייזיג, ווייל עס איז נישט קיין מיטונג פון אהרונים מיט זאלונים, עס איז א מיטונג פון קאמיונעטי לידער'ס און עסקנים,  עס זענען דארט געווען שומרים, הצלה, בעריש פריילעך און אנדערע עסקנים, עס זענען "אויך" דארט געווען פאטרעטער פון די אהרונים און די זאלי'ס, אבער די אלע אויבערדערמאנטע האבן גארנישט מיט די פאליטיק צוטוען.

ווען מ'שרייבט אזא קעפל ווי דאס "ערשטע מיטונג פון אהרונים און זאלונים" איז טייטש אז די "נאר" די צוויי פראקציעס האבן זיך צוזאמגעזעצט און זייער ערשטע מיטונג איבער זייערע פריוואטע אישו'ס, וואס איז פאלטש דא.

אבער נעווער מיינד, דאס איז אויך א דערגרייכונג, דאס איז שוין יארן נישט געווען דא אין וויליאמסבורג, אז נפתלי משה אינדיג מיט אברהם יענקל פריעדמאן זיצן אויף איין טיש, אדער הרב ארי' לייב גלאנץ מיט משה דוד נידערמאן זיצן ביי איין קאנפרענץ, לאמיר האפן אז עס וועט טאקע ברענגען געווינטשענע רעזולטאטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 18:57 לינק ישיר 

כבדהו וחשדהו

טראסט באט ווערפעיי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 18:37 לינק ישיר 

הערשעל, די פאליטישאנס זענען געווען עמעיזט צו זען וויאזוי די וויליאמסבורגער לידערס ארבעטן צוזאמען. ס'איז געווען א גרויסע קידוש השם.

ממנו ילמדו וכן יעשו.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2008 18:27 לינק ישיר 

פון די אלע ווייסעך-וויפיל נייסלעך דא אין "כל העולם כולו" איז דאס די ערשטע און בעסטע גוטע נייעס וואס איך האב דא געלייענט.

מען דארף אזעלכע זאכן מחזק זיין ווייל דאס איז טאקע א אנזאג אז עס קומט גוטע צייטן אויב מען וועט זיך אזוי אויפפירן און דורך דעם וועט מען זיכער מקרב זיין די גאולה און מען וועט זען דעם זאב און כשב פאשען אין איין פעלד.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וגר זאב עם כבש: ערשטע מיטינג אהרונים מיט זאלונים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext