בית פורומים כל העולם כולו

אן איינמאליגע טשענס: סופער טוסדעי וואלן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/1/2008 00:17 לינק ישיר 
אן איינמאליגע טשענס: סופער טוסדעי וואלן

קומענדיגן דינסטאג וועלן ניו יארקער האבן א טשענס ארויסצוגיין שטימען אין די פריימערי.

מיר קענען יעצט אלע אריינרעדן אינעם פארמעסט: מיר האבן שוין נישט געהאט אזא טשענס יארן און מיר וועלן עס נישט האבן פאר צענדליגער יארן.

אויף די רעפובליקאנער זייט איז דא אן אויסוואל צווישן מעקעין און ראמני. פון זיי צוויי האט ראמני א בעסערן טשענס צו געווינען די דזשענעראל עלעקשאנס, ווייל ער האט אסאך געלט און איז א גוטער קאנדידאט. דזשאן מעקעין איז א צווייטער באב דאול, טאקע א העלד, אבער א שוואכער קאנדידאט, א שוואכער רעדנער און א שוואכער קאמפיינער. ער איז אלט און וועט לכאורה פארלירן די דזשענעראל עלעקשנס.

אויף די דעמאקראטישע זייט איז דא אן אויסוואל צווישן אבאמא און קלינטאן: פון זיי האט אבאמא א בעסערן טשענס צו געווינען די דזשענעראל עלעקשנס, ער איז יונג, כאריזמאטיש, א קאנדידאט וואס ווארעמט אן די מאסן מיט זיינע קנאקעדיגע דרשות. ער איז א צווייטער דזשאן קענעדי/ ביל קלינטאן. אויב געווינט ער די דעמאקראטישע נאמינעישאן איז ער אנסטאפעבל. קיינער פון די צוויי איבערגעבליבענע רעפובליקאנער קענען אים נישט סטאפן, ווייל קיינער האט נישט אזויפיל כאריזמע ווי אים. ווידעראום קלינטאן איז פארהאסט און פארפיינטעט ביי די רעפובליקאנער. אויב וועט זי זיין אויפ'ן טיקעט וועט עס געבן א סיבה פאר די רעפובליקאנער ארויסצוקומען שטימען אין די מאסן. קלינטאן קען געווינען די דזשענעראל עלעקשנס, אבער נישט אזוי גרינג ווי אבאמא.

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2008 16:32 לינק ישיר 

שוין, ווייטער מיט דעם נארישן קאפ. מען מוז אים יעדע זאך ארויסשרייבן ווייל אנדערש פארשטייט ער נישט.

דו האסט געברענגט א געוואלדיגע ראי' פון א מעקעין עד. האסט מיר געברענגט א קלארן מעקעין עד וואס ווייזט אז די דעמאקראטן ציטערן צו לויפן קעגן מעקעין, וויבאלד זיי רעדן פון אים די גאנצע צייט, האב איך דיר געברענגט אן עד וויאזוי די רעפובליקאנער רעדן פון קלינטאן די גאנצע צייט, און כ'האב דיר געפרעגט צי ווען די רעפובליקאנער רעדן אזוי איבער קלינטאן איז ווייל זיי ציטערן צו לויפן קעגן איר.

אוודאי נישט, אוודאי וואלטן זיי יא געוואלט לויפן ענדערש קעגן קלינטאן, ווייל זיי ווייסן אז זי וועט בעסער מאביליזירן די רעפובליקאנער וואוטערס ארויסצוקומען שטימען, ווי יעדער רעפובליקאנער קאנדידאט.

אגב, ווי ס'קוקט אויס איז דיין גאנצער ציל נאר צו האבן דאס לעצטע ווארט, ווייל דו האסט שוין מיט א שיינע פאר תגובות צוריק מודה געווען אז דו האלטסט אויך אז אבאמא קעגן מעקעין קען עס אבאמא מאכן, איז פארוואס האלטסטו אין איין צוריק אויפפרישן דעם אשכול? דער עולם האט שוין אפגעוואוט און קיינער פון אונז קען שוין נישט אפמאכן ווער פון די רעפובליקאנער ס'זאל זיין פרעזידענט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2008 16:03 לינק ישיר 

זיסקייט, די ביזט דאך סותר מינה ביה, די זאגסט אז די רפובליקאנער האבן מורא פון קלינטאן און נאך דעם זאגסטו אז מעקעין גייט געווינען אנקעגען קלינטאן.

איך האב א גאנצען צייט געזאגט אז איך וויל קלינטאן זאל זיין די נאמיני כדאי אז מעקעין זאל גרינג געווינען, מיט אבאמא איז זייער שווער פאראויס צו זאגן יעצט קוק אויס ער וועט עס מאכן אנקעגען מעקעין, אבער מען קען נישט וויסן וויאזוי די שווארצע פאקטאר צוזאמען אז ער האט נישט צופיל עקספירענס וועט אויסמאכן אין די זשענעראל עלעקשאן.

צוריק צו ראמני און מעקעין, ראמני האט געווינען זיין אייגענע היים סטעיט מיט 10% ווידער מעקעין האט געווינען מיט 14% דאס ווייזט וויאזוי זיי אייגענע מענטשען האלטן פון אים.

ראמני האט אויסגעגעבן מיליאנען דאלער אין קאליפארניע און ער האט געהאפט אז אפילו ער געווינט נישט זאל ער באקומען אסאך דעלגאטען וויבאלד עס גייט ביי די קאנגערס דיסטריק, ביזדערווייל האט ער האט דארט געהאט א מעכטיגע דורכפאל און ער האט באקומען 9 דעלגאטען צו 161 פאר מעקעין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2008 15:16 לינק ישיר 

זיסקייט, די ביזט קלוגער פון דעם!

די ווייסט זייער גוט אז מעקעין איז דער שטערקסטער רעפובליקאנער אין די זשענעראל עלעקשאן, ער איז דער איינציגער וואס איז יעצט שטערקער אין רוב פאולס אנקעגען קלינטאן/אבאמא, כאטש די רעפובליקאנער זענען אין דער ערד, אמת די פאולס איז צו פרי אבער דאס איז א גוטער אנווייזער, אז ראמני זאל קענען דורך קומען דעם דעפיציט אין די פאולס דארף ער האבן א זאך וואס מען נישט קויפן מיט געלט, און ער האט עס נישט.

לגבי לימבו ער ליינט מן הסתם נישט דער איד אבער ער פירט זיך אויף ווי דיינע ארונישע פירער "אז מען גייט נישט אין שפאן 100% ווי די פארטיי רודפ'ט מען יענעם עד לחרמה"

בכלל דרייסטו אויס די פאקטן מעקעין איז דער וואס גייט נישט אין שפאן און לימבו מיט זיינע טאלק ראדיא קלאגעס רייסן אים אראפ פאר דעם, אויב לימבו האט באקומען רעספעקט ביי דיר, האט ער עס ביי מיר אינגאנצן פארלוירן, אנשטאט צו רעדען צו דער זאך איז דער גאנצער טאלק ראדיא ביזי וואספארא שגץ מעקעין איז, ווייל קענעדי האט געזאגט אז ער גוטער פריינד מיט אים, און נאך אזעלכע שטותים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2008 01:34 לינק ישיר 

כ'פארשטיי נישט. ס'איז א סתירה?

ער איז ביידע: סיי נישט א רעפובליקאנער און סיי א שוואכער קאנדידאט קעגן אבאמא.

זאג פאר עני דעמאקראט: קומענדיגן יאר מוז געווינען א רעפובליקאנער, קענסט טשוזן וועמען פון זיי דו ווילסט. יעדער וועט אויסקלייבן מעקעין.

לימבאו איז א מענטש מיט א שטארקן כאראקטער. ער איז נישט א רעפובליקאנער, ווייל וואלווי דייטש האט געשריבן א זאפטיגן ארטיקל אדער ווייל פאטאקי איז געקומען אין די ארמארי... ער איז א רעפובליקאנער ווייל ער האט איינגעזען אין די רעפובליקאנער שיטה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2008 21:28 לינק ישיר 

זיסקייט די פארסט פון איין אישו צום צווייטען, קודם איז מעקעין א שוואכער קאנדידאט און נאכדעם איז ער נישט קיין רעפובליקאנער,

מעקעין איז א רעפובליקאנער ער איז א פירער און ער פארשטייט אז אסאך מאל דארפן מען ארבייטן צוזאמען צו קענען אויפטון, לימבו איז א אידאלאג, א אידאלאג דארף גארנישט מער ווי רעדען דאס איז זייער גרינג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2008 21:22 לינק ישיר 

זיסקייט מיט איין זאך בין איך מסכים מיט דיר אז קלינטאן אנקעגען מעקעין געווינט מעקעין, מעקעין אבאמא געווינט לכאורה אבאמא (מען קען נישט ארויס נעמען די שווארצע פעקטאר) אבער אבאמא גייט נישט געווינען, קלינטאן איז פאראויס אין רוב סטעיטס און אזוי ווי פאלרידע וועט זי געווינען אין אלע זייער שטארק.

אבער דאם אז מעקעין איז א שווואכער קאמפיינער איז נישט אמת ער האט געווינען רוב דעבאטעס ווען די נעמסט ארויס הוקאבי, ער איז בכלל נישט קיין שלעכטער רעדנער, זיינע זיג רעדעס זענען געווען גאר גוט און אויב די שטעלסט אים צו דעם חכם "בוש" איז ער גאר א גוטער רעדנער.

לימבו און דער שוטה לעווין ועוד האבן אים פיינט פאר איין סיבה ווייל ער האט געארבייט מיט די דעמאקראטען דורך צופירן טייל פון זיינע בילס, און ביי די קליינע קעפ אז די ביזט גוט מיט א "ליב" ביזטו פסול (ביי אונז חסידים זאגט מען דאם "ער דרייט זיך מיט די שונאים")  און דאס איז די סיבה פארוואס אין די דזשענעראל עלעקשאן האט ער די מערסטע טשאנסן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2008 21:13 לינק ישיר 

אגב, מיטאמאל ווערט לימבא אן אפגעריסענער ווייל ער גייט נישט אין שפאן. ווען ער האט געהאלפן ברענגען די רעפובליקאנער צו די מאכט אין די 1990 יארן האסטו נישט אזוי גערעדט. הא?

פונקט פארקערט. לימבא שטייגט מיט רעספעקט אין מיינע אויגן. איינער וואס איז אזוי אויפריכטיג צו זיין אידעאלאגיע ווייזט אז ער האט א שטארקן כאראקטער. ער גייט נישט בלינד אין וואסער אריין.

לימבא האט ביז היינט געשטיצט קאנדידאטן וועלכע זענען געווען קעגן איליגעל אימיגרענטס און וועלכע האבן געשטיצט טעקס קאטס א.א.וו. פארוואס זאל ער זיך יעצט טוישן און שטיצן איינעם וואס איז קעגן זיין אידעאלאגיע, ווייל צוליב עטליכע שטוינענדע רעזולטאטן האט מעקעין זיך געטראפן ביים רודער.

און געדאנקען. ס'דאכט זיך מיר אז דו ביסט אן אהרוני. קען איך אננעמען אז אויב די אהרונישע פירערס וועלן זיך ביקן צו די עבודה זרה וועסטו בלייבן געטריי צו זיי, ווייל דו ביסט אן אהרוני?

אלזא, וואס איז דאס מיט דיר אז דו גייסט בלינד אין וואנט אריין און די שטיצט יענעם ווייל ער האט זיך אנגעקליידעט אין א רעפובליקאנער מאנטל?

קען איך פון דעם ארויסנעמען אז דו ווייסט ניטאמאל וואס רעפובליקאנער און דעמאקראט מיינט, נאר דו ביסט א רעפובליקאנער ווייל דער נאמען געפעלט דיר בעסער?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2008 20:57 לינק ישיר 

געדאנקען, בארואיג דיך. לימבא וויל נישט מעקעין פאר גאר א גוטע סיבה.

ער איז אן אולטרא-שוואכער קאנדידאט. ווי מען האט געזען פאריגע וואך אין פלארידא ביי א טאון האל מיטינג מיט מארטינעז און קריסט וואו ער האט אזוי געקעקעצט ווען מען האט אים געפרעגט שאלות, אז זיינע צוויי רעפובליקאנער שטיצערס האבן אים געמוזט קומען צוהילף. דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מעקעין גייט כמעט נישט צו קיין טאון האל מיטינגס, אבער ביי די דיבעיטס וועט ער זיך נישט קענען ארויסדרייען דערפון.
מעקעין איז אויך א שלעכטער רעדנער, ועל כולם האט ער נישט קיין פעני צו די נשמה, און אנדערש ווי קלינטאן אדער אבאמא נעמט ער גאווערמענט געלט, וואס דאס מיינט אז ער איז לימיטעד וויפיל געלט ער מעג ספענדן אין יעדן סטעיט.

די עקזיט פאולס האבן געוויזן אז מעקעין האט נאכנישט געווינען אין ערגעץ קיין מעדזשאריטי פון קאנסערוואטיווע וואוטערס! עס זענען געווען צוויי סיבות וועלכע האבן אים געהאלפן געווינען די פאר סטעיטס. סיבה נומער 1: סטעיטס וואו אינדעפענדענטס קענען וואוטן. סיבה נאמבער 2: די קאנסערוואטיוון זענען געווען צעטיילט צווישן עטליכע קאנדידאטן, און די מעסיגע זענען אלע געגאנגען צו אים.

סופער טוסדעי גייט מען שטימען אין סטעיטס וואו די רעפובליקאנער וואוטערס זענען מער ליבערעל ווי אסאך דעמאקראטישע וואוטערס אין דרום-סטעיטס, ווי למשל ניו יארק, ניו דזשוירזי און קאליפארניע, און דערצו זענען די סטעיטס "ווינער טעיק אלל", און נאר דאס איז די סיבה פארוואס מעקעין גייט זיין דער קומענדיגער רעפובליקאנער קאנדידאט.

דאנט קיד יורסעלף, אמעריקאנער קוקן נישט אזוי אויף אישוס. רוב אמעריקאנער זענען דום. ווען אן אלטער זיידע וועט לויפן קעגן א יונגען כאריזמאטישן פאליטישאן קענסטו שרייען אין האמערן אין די וואוטערס וואס דו ווילסט, זיי וועלן גיין פאר'ן יונגען פאליטישאן וואס מאכט א בעסערן רושם.

איך קען זיך שוין יעצט פארשטעלן וויאזוי ס'וועט אויסקוקן ווען דער קליינטשיקער אלטער און פארשלאפענער מעקעין (ער איז בערך די זעלבע הויך ווי די "פרוי" קלינטאן) וואס קען ניטאמאל געהעריג רירן זיינע הענט, וועט שטיין ביי די דיבעיטס קעגן דעם הויכן 6.1 פיסיגן אבאמא, וועלכער וועט לעבן אויף אלע באקן, וויאזוי די וואוטערס וועלן ציען צו אבאמא. די פאנדיטס וועלן שפעטער קענען געבן אלע סיבות פארוואס אבאמא איז הויך אין די פאולס, און נאר צווישן די שורות וועט מען אריינווארפן אז ער האט מער כאריזמע. דזשאן קענעדי וביל קלינטאן יוכיחו, זיי האבן געווינען צוליב זייערע גוטע לוקס, און זייערע קעגנערס נישט גוטע לוקס.

איך בין גרייט איינצולייגן טויזנט דאלאר אז אין א פארמעסט צווישן אבאמא און מעקעין פארלירט מעקעין.
אין א פארמעסט צווישן ראמני און אבאמא איז עס 50-50.
אין א פארמעסט צווישן מעקעין און קלינטאן איז 60 קעגן 40 אז מעקעין מאכט עס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2008 19:26 לינק ישיר 

זיסקייט, די ביזט א דעמאקראט! די וואלסט געקענט באשטיין אז ראמני זאל זיין די רעפובליקאנער קאנדידאט, אז קלינטאן אדער אבאמא זאל עס מאכן, אבער עס קוק נישט אזוי אויס ראמני איז לכאורה פארטיג, פארפאלען געלט קויפט נישט קיין וואלן און מאכט נישט אויס פליפ פלאפער, אפילו טאלק ראדיא קען דאס נישט טוישן.

דער אפגעריסענער ראש לימבו און הענטי האבן פארלוירן דעם פייט, מעקעין וועט זיין די רעפובליקאנער קאנדידאט און לכאורה זיין דער נעקסטער פרעזידענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2008 17:08 לינק ישיר 

היינט איז געווען באריכטעט אז מיט מעקעין אינעם פארמעסט וועט בלומבערג לכאורה נישט לויפן, ווייל מעקעין שלעפט שוין אוועק די אינדעפענדענט וואוטערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2008 09:50 לינק ישיר 

בלומבערג'ס געהילפן זאגן אז ער וועט נישט לויפן אויב ס'וועלן לויפן קאנדידאטן וואס אפיעלן צו יעדן איינעם. אויב איז עס אבאמא קעגן מעקעין דעמאלט וועט בלומבערג נישט אריינשפרינגען.

די שאלה איז דעריבער נאר אויב קלינטאן געווינט, צי ער באשליסט צו לויפן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אן איינמאליגע טשענס: סופער טוסדעי וואלן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext