כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ארה"ק שליט"א-בביקור בארה"ב
די ראחמיסטריווקא רבי געפינט זיך די טעג אין אמעריקע אויף א באזוך לטובת מוסדותיו,
ווי באקאנט איז די רבי שליט"א א הייליגע איד וואס איעדע זאך איז ביי עם אויסגערעכענט, עס איז העכערע זאכן למעלה מהשגתינו, מיר פארשטייען נישט,
איך וועל ברענגן אפאר קורצע שטרייכן פין די באזוך אין עיה"ת מאנסי
יום א' תרומה: די רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין מאנסי פין ב"פ מיט הרבני הנגיד ר' ברוך פעלדהיים ני"ו גלייך צום כתיבת האותיות ביים שטוב פין הרבני הנגיד איש החסד ר' בערל קארניאל שליט"א, געשריבן אן אות, נאכדעם געדאווענט מנחה בביתו, מנחה האט גענומען בערך 45 מינוט, דערנאך איז מען ארויסגעגאנגן אויפן וועג צי ביהמ"ד מכון להוראה בתופים ובמחולות, די רבי האט געפראוועט ריקודין של מצוה אזש די עולם האט זיך געהויבן פין די פלעצער, סאיז געווען א בחינה פין "וינועו אמות הסיפים" דערנאך איז פארגעקומען די מסיבה של מצוה משולב מיטן דינר השנתי אין אטריום פלאזא ווי די רבי האט אויפגעטראטן מיט אפאר ווערטער לטובת הכולל המפורסם מכון להוראה,
יום ב' תרומה: די רבי שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ראחמיסטריווקא מאנסי, די דאווען האט גענומען לערך 2 שעה, דערנאך איז געווען 2 הנחת תפילין, מען האט זיך געזעצט צים מסיבת לחיים לרגל יומא דהילולא קדישא פין די רבין'ס עלטער זיידע, די עולם איז אריבערגאגאנגן נעמען לעקך אין געבן לחיים, די רבי האט דערציילט סיפורים פין די בעל ההילולא, אין געזעגנט לשלום,
פארנאכטס איז פארגעקומען א עלעגאנטע מסיבה לטובת די מוסדות ישיבת מאור ענים בירושלים עיה"ק בהשתתפות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, אין שטוב פין הרבני הנגיד מו"ה רבי מעכל טויבער שליט"א וואס ווי באקאנט איז זיין הויז אייביג אפן פאר אלע נצרכים און אלע רבי,ס, זאל עם די זכות מגין זיין,
די סעודה איז געווארן געקעטערט דורך "גלויבערס בעקעריי" ממש א שיינע דזאב (מער וועגן די מסיבה און א אנדערע געלעגנהייט) מהאט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער לטובת המוסדות אין מען האט ממש געזען בחוש אז דבריו עושה רושם וואס נאך די מסיבה האט מען אפגעציילט א האלבע מעלאנע מזומן, דערנאך האט מען זיך געפראוועט ביי די רבי ביז בערך 10 אזייגער,
שפעט ביינאכט איז די רבי אנגעקומען לבית הרבני הנגיד רבי חיים רויזמאן הי"ו לטובת מוסדותיו, די רבי שליט"א האט טועם געווען אין געטיילט לעקעך פאר די משפחה, דערנאך האט די רבי זיך ציגעלייגט נאכן נישט שלאפן מער ווי א מעת לעת, מעריב האט מען געדאוונט 2:45 דערנאך איז די סקווירא רבי שליט"א געקומען אויף א ביקור גומלין מען האט שיין פארברענגט און נאכדעם איז די רבי געגאנגען פראווענען ביז שחרית,
יום ג' תרומה: שחרית 9:00 נאך פארן שלאפן, אינמיטן טאג איז די רבי שליט"א געגאנגען צי די שטוב פין הגה"צ רבי בנציון פעלדמאן שליט"א מען האט געדאוונט מנחה דערנאך איז די רבי געגאנגן צום בית החיים אין שיכון סקווירא צים ציון פין די רבי ז"ל אין פונעם רבין,ס שווער הגה"ץ רבי משה ניישלאס זצוקללה"ה,
מען האט מיר געבעטן נישט צי לייגן קיין בילדער כדי מען זאל קענען לייגן די בילדער אין "כל העולם כולו"
מער באריכטן וועלן נאכפאלגן אי"ה
 |
|
|