| נשלח ב-6/2/2008 15:01 |
|
| |
ווילי: מעכטיגע זיג קעגן נידערמאן!!!
נידערמאן האט געכאפט נעכטן א מעכטיגע היליכיגע פראסק אין נידערלאגע אין ווילי, וואס ער וועט געדענקען אלע זיינע יארן.
און אונזער דיסטריקט האט אבאמא געוינען 3 דעליגאטען, און קלינטאן האט געווינען נאר 2 דעליגאטען, אין כמעט גאנץ ניו יארק, איז נישט גווען אזא זאך אז אבאמא זאל באקומען מען דעליגאטען ווי קלינטאן.
דאס איז געווען א קלארע מעסיטיש פונעם ווילי ציבור פאר נידערמאן, מיר דארפן דיך נישט, און הער אויף צו טעראזירען און באגנבענען אונזער ציבור.
ווי רוב האבן געטאן בין איך אליין געגאנגען שטימען נעכטען פאר אלע דלעגאטען פון אבאמא, אזוי ווי איך האב געבעטען דעם עולם צו טאן, ווייל אז די הילערי קאמפיין האט געשטעלט נידערמאן אלס זיער דעלעגאט האב איך בכלל אינגאנצען נישט געוואלט שטימען פאר איר.
נידערמן רייסט זיך די האר פון קאפ, ער איז צושאנד אין צושפאט ביי אלע פאלעטישאנס, נאכדעם וואס ער האט זיי צוגעזאגט אז ער גייט דעליווערען ווילי, אבער יעצט איז ער ווי א טויטער, און ער וועט בלייבען אינדערהיים ביי די קאווענשאן און נישט זיין קיין דלעגאט.
10th (Towns) - incomplete
- 38,293, 59 percent, Obama, 3 delegates
- 26,316, 49 percent, Clinton, 2 delegates
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2008 04:50 |
|
| |
דאס מיינט אז נידערמאן האט געהאט די ווייניקסטע פון אלע דעליגאטען.
ער וועט בלייבן אינדערהיים בייי די קאנווענשאן אפילו אז קלינטאן געווינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2008 04:34 |
|
| |
מצורף קובץTotal for Democratic Delegate to National Convention (10th Congressional District) - Kings
County
EMERGENCY 865
ABSENTEE/MILITARY 1,166
FEDERAL 132
AFFIDAVIT 2,441
ANNETTE M ROBINSON (F) - PLEDGED TO SUPPORT CLINTON 28,400
DARRYL TOWNS (M) - PLEDGED TO SUPPORT CLINTON 28,503
KAMARIA BOYLAND (F) - PLEDGED TO SUPPORT CLINTON 26,122
DAVID NIEDERMAN (M) - PLEDGED TO SUPPORT CLINTON 24,643
JUDITH RODRIGUEZ (F) - PLEDGED TO SUPPORT CLINTON 25,232
DIANE HARRIS (F) - PLEDGED TO SUPPORT OBAMA 34,613
ALBERT VANN (M) - PLEDGED TO SUPPORT OBAMA 35,238
OLANIKE ALABI (F) - PLEDGED TO SUPPORT OBAMA 34,056
JOHN SAMPSON (M) - PLEDGED TO SUPPORT OBAMA 35,639
EMILY M GALINDO (F) - PLEDGED TO SUPPORT OBAMA 32,488
Total Votes 304,934
תוקן על ידי willimoni ב- 04/03/2008 4:37:22

|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/3/2008 04:21 |
|
| |
מ
תוקן על ידי - willimoni - 04/03/2008 4:32:04
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 06:23 |
|
| |
געווארט ווי אזוי איז דורך די בני יואל דינער אין וויליאמסבורג
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 06:18 |
|
| |
די היפערקטישקייט פין אהרונים אסאך מאל
איז אין לשער ואין לתאר
יעדע מינוט טוישט זיך די טענה קעגן נידערמאן איין מאל איז עס
CJC,שלום דייטש,אין בלאט שטייט האוזניג,מציצה בפה
אלעס אייגענע אינטערעסן,וואס איז מער ווייניגער אילוזיעס
אבער די עיקר טענה קעגן נידערמאן אז ער איזס א דעליגאט
פאר א קאנידאט וואס שטיצט די חוקה תעובה דעס גייט ענק גארנישט אן
אויף דעם וואס אלע פריעדיגע גדולי ישראל האבן געבלוטיגט
ובראשם דער הייליגער קאשויער רב זצ"ל,גייט ענק נישט אן
אז ר' משה דוד איז א מרכבה לטואמה דעס אינטערסירט ענק נישט
ווייל ענק האבן אויך געשטיצט די אלע תעובת פינקט ווי ער
על כבודי לא מחיתם על כבדוכם מחיתם
אין די ווייטאג איז אויך אויף מהרז"לס בי"ד אויף די אירנער יודען האט מען מוחה געווען
אבער אויף אזא פורצה וואס נאכווייען זענען געפערליך זענען זיי שטול
נישט קיין תירוץ אויף דעם ווי מען הערט זייער קלאר ביי ר' אלתר משה
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 03:46 |
|
| |
ווער געדענקט נאךווען קהל האט געמאכט אן "עיקול" אין קארט בהיתר בי"ד
האט די איד געלייגט די נעמען און טעלעפאן "נומבערס" מזאל זיי טערארזירן, ווי אזוי זיי האבן אראפגעריסן די בי"ד המתירין, צו דעם ב"פ דיין ר'משה,
וכ"ו,
געסטאפט די טשעק פאר פעיראל דיינים וואס האבען זיך נישט אונגאנצען צוגעשטעלט,
צו תולדות א"י,
צו ביי די עירוב פרשה,
אריזאנע,
ק"יוואלען,
שמ"ע,
ועוד ועוד.
הזמן יכלו והם לא יכלו
תוקן על ידי - allgood1s - 11/02/2008 3:55:18
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 03:28 |
|
| |
ארגינעלער איך ווייס נישט וואס די באשילדיגסט מיך
איך האב קיינמאל נישט געשלאגן אין איך האלט סאיז א גרויסע עוולה
געווען דאס שלאגן אלע יארן, נישט קיין תירוץ אז מען וועט
זאגן אז דער ברך משה האט געלאזט (עיין דרשה שייגץ ארויס)
אין דעס פארוואס איך אדרעסס צי ענק,איז ווייל איך האלט ביי ענק איז
מער שכיח,אין טאמיר סאיז סאיז דא ביי מהרז"ל זייט איז דאס זעלבע
וואס דערווייל זע איך עס נישט אזוי שטארק ווי ביי אהרוניס
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 03:02 |
|
| |
געווארט מיט דוד'ל האבן זיך ביידע מוחל געווען די עברות
היינט זענען זיי א גוטער אויף יענעס חשבון
מאך נישט משוגע ביסט שוין גרויס
לאז די יונגע שלאגן
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 02:09 |
|
| |
לאמיר גיין ווייטער
די אהרונים האבן זיך גענימען צי די ביינער פין ר' ישראל חיים מנשה
אין פין די אנדערע דיינים פין מהרז"ל, פין ר' חיים יושע מאנסיער רב
אין פין יעדע רב וואס איז מסכים צי מהרז"ל ווי למשל ר' בערל כ"ץ ר' אייזיק ספינקער
די אלע רבנים זענען אפגעפרעגט, אויף זיי מעגן מען רעדן ווי אויף די גרעסטע רשעים
האבן די זאליס גערעדט אמאל אויף די אהרונישע דיינים
אויף ר' געציל צי ר' מאיר בראנדסדארפער ,ר' מענדל זילבער ר' משה שטערנבוך
ר' לייביש ט"ב ר' משה פריעדמאן דער ב"פ דיין צי ענקער נייער רב פין מאנסי רב וואזנער
אדער ווי למשל די רבנים וואס זענען געווארן פרענדס מיט ענקער רבי'ן לעצטענס
בראדי ,שטראססער ,ר' חיים לייב כ"ץ, בעלזער דיין ,קלויזנבארגער רבי א"י
האט מיר איינמאל אפגעלאכט פין זיי ,נאכמאל די זאליס טוען נישט אגריען מיט זיי,
אבער לאכן אין אפשפעטן פין זיי מאן דכר שמי'
לאמיר גיין ווייטער
ווען דער דיין האט פארלוירן דאס ירשלימ'ער רבנות דעמאלס
האט עטץ נישט גענימען א מוהל מעסער, נאר א שוחט מעסער, געריסן פין אים לעבעדיג שטיקער
פארוואס ? וואס האט ער ענק וויי געטוען ? אין סגייט נאך אן עד היום הזה
דאס איז כלו עלמו מודה אז האדמו"ר מהר"א איז גאון
דאס איז כלו עלמו מודה אז דער דיין איז זיין רבו מובהק
דאס איז כלו עלמו מודה אז דער דיין האט אויף אים קיינמאל נישט גערעדט
נאר וואס דען דער דיין האט זיך ציגעשטעלט צי מהרז"ל
אזוי ווי ר' געציל האט זיך ציגעשטעלט צי מהר"א, גארנישט מער
ווען דען דער דיין האט מתיר געווען צי ריפן די רעבעצין אין קארט
צי ווען ער האט גע'אסר'ט בני יואל
צי ווען ער האט מתיר געווען די פובליק סקול
האבן די בני יואל גערעדט א ווארט אויפן דיין, קיינמאל קיין פיפסט נישט
אין ווייטער די חסידים האבן גאנץ גוט געוויזעט דעם דיינ'ס מיינוג האבן זיך גאר געפרייט
עטץ האט דעמאלס נישט געשריגן בלאפער שייגעץ פעיראל
איז ווייל ער איז נישט געווען א הארטער ניס אזוי ווי ר' יחזקאל ראטה
ביי די בעדפארד הייזער וואס ער האט דעמאלס ריזייענט ווייל דער ברך משה האט אים נישט געפאלגט (וואס ווער זאגט אז ר' יחזקאל איז גאר העכער פינעם רבי'ן )
פארדעם ווערט מען נישט קיין שייגץ,דער דיין איז א יוד א גאון א ירא שמים לית מאן דפליג
מען טאר נישט רעדן אויף קיינעם,איז ווייל ער איז א איידעלער יוד
אין מען קען אים גרינג בייגען איז נאך נישט דא היתר אים מבזה צי זיין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 01:45 |
|
| |
אז די האסט שוין געווארט אריין צי גיין צים דאקטער
פאר וואס האסטו נישט אויסגעווארט
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 01:07 |
|
| |
יונה'לע
עס קען זיין אז אין וויליאמסבורג ווירדזשיניע איז דאס געווען די טעמע.
נישט אין וויליאמסבורג — ירושלים דאמעריקע — וואו שבת רעדט מען פון גאר אנדערע ענינים, נישט קיין וואלן און נישט קיין קאמפיינס.
דארט זענען אידן פארנומען מיט לערנען און דאווענען!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 00:24 |
|
| |
זאג נאר, דו מאכסט דיך, אדער ביסטו טאקע? ר' שמואל אבערלענדער האט נישט קיין קינדער און אייניקלעך? ר' יצחק ראזענבערג האט נישט קיין קינדער און אייניקלעך? ר' חיים אליעזר גראס האט נישט קיין קינדער און אייניקלעך? רבי אהרן טייטלבוים האט נישט קיין קינדער און אייניקלעך? און וואס איז מיט ר' דוד הויער, ר' יוסף יושע גראס, האבן זיי נישט קיין קינדער און אייניקלעך, הער מיך גיט צו, גיי אויף בעלוויו אולי וועלן זיי דיר קענען העלפן, איך נישט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 00:11 |
|
| |
איך לייען דא וויאזוי ר' משה דוד נידערמאן האט פארלוירן
איך קען פארשטיין אביסל פארוואס די אהרונים פרייען זיך ער איז דאך א זאלי
אבער וואס איך קען נישט פארשטיין איז די וועג ווי אזוי עטץ פריידטס ענק
אין נישט דווקא יעצט, נאר ביי יעדע זאלי וואס גייט נישט גוט, שפרינגט עטץ ארויף
אויף יענעם ווי גלייך דעמאלס וועט ענק שוין גיין גוט, אפילו יענער זאל שוין זיין האלב צי אינגאנצען
דערטראנקן, האקט עטץ אין יענעם,נישט אין אכט נעמען אז יענער האט א משפחה מיט קינער אין אייניקילך פינקט ווי ענק אלע ווי למשל
ר' מענדעל שווימער פין קרית יואל
ר' אביגדור יאקאבוויטש ע"ה ער לעבט שוין נישט אין עטץ ווילטס אים נישט מוחל זיין
ר' אשר אלימלך מייזעלס
ר' אליעזר קעסנטבוים
די אלע ר' זלמן לייב'ס ראשי הקהלה ווען זיי האבן געהאט א פראבלעם האט עטץ אן רחמנות
געשמפוט אין געהאקט אויף זיי מיט די ערגסטע מיטעלן
איך וויל ענק פרעגן ,אויף ענקער ראשי קהלה קען מען נישט טוען די זעלבע
גייט זיי אייביג גוט,אונז האב מיר פינקט אזעלכע מעשיות הן ברחניות אין הן בגשמיות
מיר האב קיינמאל קיין מיליאנטסעל נישט געטון וואס עטץ טועס
א טריט ווייטער
ר' משה דוד נידערמאן איז א זאלי לאמיר זאגן ווען ער זאל זיין אן אהרוני וואלט אנדערש
געווען די פיקטשער אין וויליאמסבורג,ער איז עפעס געווען דער ריכטער
סך הכל ארלעדיגעט ער פודס סטעפס אין מעדיקעד וואס ווילטס עטץ פין אים
ער האט ענק קיינמאל נישט וויי געטוען
אז ער וועט כאפן א נערווען ברעג דאון וועט עטץ זיין צופרידען, עטץ מיינט סאיז קונץ
איינעם צי דערווערגען ער האט קינדער אין אייניקליך,ווי איז ענקער הארץ
די זעלבע זאך טוט עטץ אין בארא פארק מיט ר' חיים דוד כ"ץ אין ר' מענדל שווימער
ווען עטץ זענס געווען אין קארט, האב מיר נישט א פערטעל אזוי געטוען פאר ענקערע דיינים אין ראה"ק
די מענטשן האבן קינדער, לאמיר זאגן סאיז א עוולה ער גייט אין קארט
אבער לא זו הדרך באשמצוען וואך איין וואך אויס
דברי חכמים בנחת נשמעים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2008 21:09 |
|
| |
דעם שבת איז די שטארקע מעכטיגע נידערמאן דורכפאל געווען די טעמא איבעראל, די זאליס זענען שרעקליך צובראכען פונעם שטארקן דורכפאל.
נידערמאן אליין איז אינגאנצען פארלוירען ער קאלט ארום די עסקנים פון די אהרונים און סטראשעט מיט א מיאוסע סוף פאר די אהרונים, אפגערעדט שעלט ער געפערליך הייד פארק, און ער סטראשעט אז ער גייט עס אפשפארען.
און גאר גפערליך זענען די זאליס ברויגז אויף דער איד אנשטאט זיך אפצווישען די נאז מיטן דורכפאל האט ער אריין געלייגט פאלטשע נומבערס, אז אין ווילי האט משה דוד געהאט מיט א 100 שטימען מער ווי די אנדערע דעליגאטען, און אבאמא האט געהאט אין ווילי בלויז 700 שטימען, וואס דערווייל האט ער גאר געהאט מיט א 6-700 שטימען ווייניגער, און אבאמא האט געהאט אין ווילי איבער 400 שטימען, און האט געווינען שטארק קעגען קלינטאן אין ווילי.
|
|
|
|
|