אונגארישער אידישער קאנגרעסמאן געשטארבן.
דער פרייער ליבעראלער אידישער קאנגרעסמאן פון סאן פראנסיסקא קאלעפארניע, טאם לענטאס, איז היינט געשטארבן אין עלטער פון 80 יאר.
לענטאס האט געשטאמט פון בודאפעסט אונגארן און איבערגעלעבט די שואה.
אינטערסאנט, ער איז געווען דער טשערמאן פון די פארען-עפערס קאמיטי, ער איז געווען אן אינטעלעקטוער שטודירטער מענטש און געהאלטן זיינע רעדעס מיט א הויכן ענגלישן וואקעביולערי, אבער פארט געהאט א שטארקע אונגארישע אקצענט.
נאכן ערפינדן אין איהם קענסער ל"ע האט ער אנאנסירט אז ער וועט רעטייערן פון קאנגרעס אין 2009 און נאך געהאפט צו ענדיגן זיין לעצטן טערמין, אבער איז היינט געשטארבן.
|
|