די נועם המידות קאמפאני האט אנגעהויבן גייען מיטן בייזען קעגן די פאר מחוצפים איינגעשטעלטע וועלכע לאזן זיך נישט איבעררעדן מיטן גיטען צו פארן מיט די מסע הקודש. א חוצפה און א העזה וואס די רעזשים נעמט אן אלס מרידה במלכות הזלה.
בפקודת הקודש האט ר' יעקב בער טייטלבוים האדמו"ר מבלעקבערי שליט"א, ממנה געווען דעם קאפיטאן פון די שלעגער ליפי קרויס מיט זיינע אדיוטאנטן סאכער בער טייטלבוים צו דערקלערן א זשיהאד קעגן די שוצלאזע איינגעשטעלטע וועלכע ווילן נאכנישט פארן מיט די "מסע הקודש" אויס'צו'פועל'ן אלעס גיטס פאר רז"ל... אז יעדער זאל מוזן מודה זיין אז ער איז א די ריעל רעבע, נישט קיין מעיק-ביליוו שטריק באיצטלא דרבנן.
מלמדים, מגידי שיעורים, מנהלים, שמשים, רייניגער, מענעדזשערס, קעכערס, מחוטב עצך עד שואב מימיך, יעדער באקומט טיקעטס פאר זיך און די קינדער,
נישט חלילה פאר די פארטיי... נאר פאר'ן רבי'ן זי"ע, ווי נפתלי בלומענפעלד האט מסביר געווען בטוב טעם ודעת פאר די ציגארעטען רייכערער פון די הייליגע קווינסע ישיבה.
מיר בעטן יעדן איינעם פון די איינגעשטעלטע אין UTA אדער אין זייער קהל... שרייבט זיך שוין איין מיט די "מסע קודש"... מיט גוטן.... איידער מ'וועט אייך לייגן אויף די שווארצע ליסטע... און איר וועט דעמאלטס פארן מיט בייזען...
און אינאיינוועגס וועט איר האבן די זכיה מיטציפארן מיט די מסע הקודש פון רבי'ן זי"ע... (אינעם שלייער פונעם עם הארץ הדור, הגה"ק רז"ל שליט"א...).
מ'האט געטראגן די פארענטשעס פון דאהי, מיט שיפן קיין אנטווערפען. און אויך א גאנצן שטאל מיט בהמות וואס מ'וועט אי"ה האבן צו עסן פאר די הייליגע מאסא הקודש - אויך האט מען מיטגעטראגן ריזיגע אתרוגים און די דזשאמבא בעכער.
פרטים יבואו
נשלח ב-26/2/2008 01:22
בס"ד
נייעס פון מסע הקודש(ספעציעלע באריכט צום מסע הקודש):
6:04 האט זיך דער פליגער בשעטו"מ געהויבן אין די לופט קיין אונגארן. תפלת מעריב האט דער גאנצער עולם אין שפיץ פון רבינו שליט"א געדאווענט אויפן אינמיטן וועג. 7:56 אויפן דארטיגן זייגער האט דער פליגער בשעטו"מ געלאנדעט אין בודאפעסט אונגארן. (דער זייגער איז גערוקט מיט זעקס שעה)
תפלת שחרית האט דאס מערסטע טייל פונעם ציבור געדאווענט אויפן פליגער, און האבן זיך פון בודאפעסט ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ראמעניא. אינמיטן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט אין די שטאט סאטמאר מתפלל זיין אויפן בית החיים אין די שטאט, און מען איז צוגעפארן באטראכטן דעם גרויסן בית המדרש אין די שטאט סאטמאר וואו רבינו הקוה"ט זי"ע פלעגט זאגן זיינע פלאמפייערדיגע דרשות.
דער רבי שליט"א מיט א קלענערע קבוצה האבן געדאווענט אין א פריוואטן שטובל אין טערמינעל, צוגעשטעלט דורך הרה"ח ר' שלמה בערקאוויטש שליט"א מחשובי אנ"ש. ביי תפלת שחרית האבן זיך אנגעזעהן א ציבור ארטיגע אונגארישע אידן אין שפיץ פונעם בודאפעסער רב שליט"א. דער בעל תפלה ביי שחרית איז געווען הרבני הנגיד ר' נפתלי גרינפעלד הי"ו מחשובי אנ"ש בעיר בארא פארק.
קריאת התורה האט מען געליינט אין א קליינע ספר תורה וואס הרה"ג רבי יקותיאל יצחק שווארץ שליט"א אבד"ק בראד האט געגעבן לכבודו פון רבינו שליט"א מיטצונעמען אויף די נסיעה. הרבני החסיד ר' ישראל דוד וויינבערגער שליט"א איז געווען דער בעל קורא; כהן האט עולה געווען הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א חבר הביד"צ ודומ"ץ דקהלתינו הק' אין בארא פארק. שלישי האט דער רבי שליט"א עולה געווען און גומל געבענטשט זייענדיג מוציא דעם גאנצן מנין מיט ברכת הגומל.
נאך תפילת שחרית האט זיך די גאנצע קבוצה אין שפיץ פון רבינו שליט"א ארויסגעלאזט קיין ראמעניא. דער וועד הנסיעה האט צוגעשטעלט א ספעציעלער באקוועמער באס מיט אלע באקוועמליכקייטן פאר אזא לאנגע רייזע.
בערך 3:00 אזייגער (9:00 צופרי אויף אונזער זייגער) איז מען אנגעקומען צום ראמענישער גרעניץ. אין געציילטע מינוטן איז די שיירא אריבער די גרעניץ אדאנק די ריכטיגע אינטערווענצן פון פראמינענטע עסקנים, פון וואו מען האט זיך גלייך ארויסגעלאזט קיין סיגוט א צוויי שעה'איגן וועג. אויפן וועג האט דער רבי שליט"א נאכגעזאגט דברי תורה און דערציילט סיפורים ועובדות פון אבותיו הק' נבג"מ וואס ער האט געהערט מאביו הגדול מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע.
בערך א פערטל נאך פינעף איז מען אנגעקומען אין עיר אבותיו סיגוט, וואו מען האט זיך גלייך געשטעלט דאווענען מנחה דערנאך איז מען איז מען ארויף בחרדת קודש ורתת וזיע צום מקום אדמת קודש דער אוהל הק' פון רבותינו הק' שלשלת הקודש לבית סיגוט, מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע ובנו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, און מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע מתפלל צו זיין לטובת הכלל והפרט.
אצינד איז דער עולם מתפלל מיט גרויס התעוררות אין אוהל הק' וואו מען וועט עטליכע שעה מתפלל זיין לפני אבינו שבשמים להפקד בדבר ישועה ורחמים.
שפעטער וועלן מיר אינפארמירן דעם ציבור מיט ווייטערדיגע באריכטן.
***
פאר קאמענטארן און פארשלאגן בנוגע די מסע הקודש ביטע רעפלייעט צו אונזערבליץ-פאסט אדרעס: [email protected]
ביטע פארווערד דעם מסע הקודש מעסעדזש פאר אלע חברים און גוטע פריינט וואס באקומען דאס נישט
זאלי'ס טייערע
עטץ האטץ א שטיקעל פראבלעם
ווייל ס'גייט אונז גאנץ ווייניג אן וואס ר' לייבוש גייט טון און וויפיל כבוד ער גייט געבן פאר רזל
איך ווייס נישט צו מ'קען טרעפן צווישען אלע ארוינים אפילו 20 חסידים פון ר' לייבוש'ן, אונז האמער ב"ה אייגענס אונזער רבי איז פאר אונז גוט אפילו ביי א שמחה אדער ח"ו א צרה נישט נאר צו שטעכן יענעם.
סאו יו דידנט היט די טארגעט ווען ר' לייבוש גייט כבוד געבן פאר ענקער געטשיק.
_________________
נשלח ב-24/2/2008 21:21
א צודרייטע אקענאמיע, זאגט מיר א איד.
צו די זעלבע צייט וואס די פרייז פון ברויט גייט ארויף צו העכער דריי טאללער א פעקל, און גאזאלין צו איבער הונדערט טאללער א פעסל, גייט די פרייז פון א טיקעט קיין אנטווערפען אראפ צו $299.00......
***
אויפן מעסעדזש שטייט אז מ'זאל אריינכאפן ווייל די ביליגע טיקעט'ס לויפט שוין אפ..
איך לייען דא די באשרייבונגען, איך זעה אז חוץ די שטאטישע און לאקאלע פאליציי קאמאנדירן זענען אויך די 'געהיימע פאליציי' פון אנטווערפען געזיצן מיט אן ערנסקייט ביים מיטונג מיט די עסקנים...
דאס פרייד איז ביי מיר אומבאשרייבליך אז די קאנטענער אויף וואס די עסקנים האבן אזויפיל געארבייט, אזש ביז אויפדערנאכט (ווי אנגעמערקט אויף די בילדער..) איז שוין ב"ה אנגעקימען קיין אנטווערפען ביים פארט, (שכויעך ר' ליפא פאר די קאנטענער..) וואס ווער עס ווייסט נישט, להוי ידוע, דער פארט אין אנטווערפען איז אזוי ריזיג אז עס האט פאריאר אליינס אריינגענימען אין זיך איבער 2.5 מיליאן טאן!!! וווער האט זיך דאס געגלייבט אז רז"ל וועט האבן אזא גרויסן כבוד ביים הייליגן נסיעה. פששששששי...
ווי איך הער גייט ר' לייביש זיין ביי אלע טישן און ביי של"ס, ער גייט ביים 'קבלת פנים' זאגן דאפעלט שבחים אויף רז"ל ווי רב וואזנער און ירושלים'ער רב האבן געזאגט אין ירושלים און אין בני ברק אויף רבינו שליט"א, די אהרונים וועלן נישט וויסן וואס צו ענטפערן.
אויך גייט דארט זיין אויף שבת
הרב פאדווא לאנדאנ'ער רב = ער איז דאך דער זיידע דארט !
הרב וואזנער סאטמארער רב פין לאנדאן רב = מסתם מיינסטו הרב שמואל הלוי פון בני ברק... ר' צחק ארי' ווייס פין מאנטשעסטער = אויך זיין איידעם ר' ישעי' קרויס פליט אהין...
פין ארץ ישראל קומט ר' משה זאב זארגער = אויך פרויקע שטערן קומט צו פליען.
היינט צופרי האט עס געהאלטן פין אמריקע אליינס 1100 טיקעטס פארקויפט = משה עפשטיין אליינס האט פארקויפט בערך 2500 טיקעטס אן ארץ ישראל אין פין אייראפע = די גאנצע מדינה קומט קיין אנטווערפען
אנטווערפן האט נאך אזא מצב קיינמאל נישט געזען
= די יורא שיסט ארויף. דער דאלאר טראסקעט. בריסל שווימט פון מענטשן.
זאלונים נעמען איין דעם אייראפעישן פלאנעט, און אוזער צאדיקעל רז"ל
בלייבט דער זעלבער שטריק און עם הארץ ווי בעפאר.
נשלח ב-24/2/2008 03:26
געווארט טייערע
פאר געלט ברענג איך דיר אראפ אבאמא אויכט
נשלח ב-23/2/2008 19:28
ועל כולם נאך די אלע רבנים און רבי'ס וואס גייען קומען אויף שבת דער גרעסטער גאסט גייט זיין שטן אליין .
נשלח ב-20/2/2008 15:50
ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך אנגעזעהן א גרויסן ציבור פון חסידים ואנשי מעשה,
כא כא כא כא כא כא.......
איך קען נישט סטאפען לאכען.......
איך בין געווען די פארגאנגענע שבת (תצוה) אין וויליאמסבורג, פרייטאג צונאכטס האב איך אדורך געוואקט ראדני, איז מיר אריין א פאני געדאנק אין קאפ אז היות איך בין כמעט נישט אין וויליאמסבורג אויף שבת אויב יא איז עס נאר א שיינע שבת אדער א יו"ט, און איך האב קיינמאל נישט די געלעגענהייט צו זעהן ווי אזוי ס'זעהט אויס א פלעינע שבת ביי רז"ל'ס טיש און יעצט בין איך דא סתם א פלעינע שבת וויל איך זעהן אביסעל וואס דא טוט זיך.
כ'האב שוין אפאר מאל געליינט דא אויפ'ן פארק און געהערט פון מענטשען אז זיין טיש איז "ממש א געלעכטער" "ס'איז ליידיג" אא"וו...
אבער איך האב ליב אלעס אליינס צו זעהן, ווייל איך גלייב געווענליך נישט די אלע גוזמאות.
דעריבער אז כ'בין שוין געווען אויף די ראדני גאס בין איך טאקע אריין אין ביהמ"ד.
נאך א מזל אז כ'האב דארט געטראפען נאך א אריינגעבלאנזשעטע ארויני מיט וועם כ'האב געקענט לאכען....
איך זאג ענק.... אז כ'וועל זאגען אז ס'איז געווען דארט 100 אידען, דאן איז געווען ביי יסוד איתן 1,000,000 איין מיליאן מענטשען.
איך קום אהיים צו מיין אכסני' פארצייל איך אים אז איך בין געווען אין ראדני, זאגט ער מיר "די וואך גייסטו? גיי א פלעינע שבת..."
פרעג איך אים "וואס הייסט ביי דיר א פלעינע שבת? די וואך איז נישט געניג פלעין?"
זאגט ער מיר אז רז"ל איז די וואך אהיימגעקומען פון.... (ער געדענקט נישט ווי) ער איז שוין לאנג נישט דא געווען, סאו איז זיכער געווען א גרעסערע עולם ווי נארמאל.
די שמועס האט זיך פארדרייט, און כ'האב געטראכט ביי מיר אז זיכער איז ער זיך טועה און ער מיינט אז רז"ל איז די וואך אהיימגעקומען פון אנטווערפען
אבער ליינענדיג די נייעס דא וואס (מיין ארויני קאלעגע) ביבער האט געברענגט זעה איך אז יא... ער איז די וואך אהיימגעקומען פון אפרו, און צוליב דעם איז געווען אזא געוואלדיגע עולם ביים טיש,
איך קוק איבער איין מאל און נאכאמאל, און איך זעה אז יא.... מ'רעדט פון די וואך "פרשת תצוה"
און דעיס איז שוין א גרויסע עולם.....
ממש א געלעכטער....
תוקן על ידי monroe06 ב- 20/02/2008 16:10:57
נשלח ב-20/2/2008 07:33
אז א געוועליכע שבת איז דא ביי של''ס אזא גרויסער עולם דעמאלסט וואס וויל דער בלומנפלד אין זיין דרשה אז די לאציס פון קווינס'ער יעשיבע קומען נישט צו די הייליגע סעודת רעוא דרעוא פון הייליגע'ן הגז''ל .
נשלח ב-20/2/2008 06:02
איינער זאגט מיר אז מאטי רובינשטיין איז מיטגעפארן מיט די שיף
קען עס איינער ראטפיצירן אויב סאיז אמת
נשלח ב-20/2/2008 01:41
אפהאנדלוגען
אבי מען זאגט הגז"ל האט נישט קיין ערליכע יודין
מיט "לקל אשר שבת" הגה"צ אב"ד קאלביסאוו שליט"א
ליפעלע קרויס איז אין ביזנעס דאס מאל איז פרעיט, ער שיקט פעקלעך
ווי אזוי האט מען געזאגט אויף ר' שמואל קרויס,
ביז ווילאנג כלל ישראל וועט האבן געלט וועט ער האבן
עס קומט זיך א גרויס דאנק פארן הויפט עסקן פונעם וועד הנסיעה אפטיילונג אין ניו יארק מוה"ר ליפא קרויס מנאמני בית רבינו שליט"א, פון די פירמא mk freight וואס בהשתדלותו איז דער ריזיגער קאנטעינער ארויסגעשיקט געווארן קיין אנטווערפן, פאר א מיניאמאלע פרייז, און וועט נאך שבת צוריקגעברענגט ווערן קיין ניו יארק
מזל טוב ליפעלע צי דיין ניי ביזנעס
נישט לאכן אויפן קול ווייל סאיז אסור
ספעציעל איז דער התעוררות געווען גאר דערהויבן ביי של"ס בעת רעוא דרעוין ווען עס איז זיך צוזאמגעקומען א ריזיגער ציבור זיך צו הערן צו די דברות קודש פון רבינו שליט"א
נשלח ב-20/2/2008 01:31
נאך נישט פערטיג, סווערט בעסער פין מינוט צי מינוט
וועד הנסיעה נייעס:
פארגאנגענע וואך האט די געטרייע "וועד הנסיעה" אפטיילונג פון ניו יארק - וואס געט זיך אפ מיטן מסדר זיין אלע וויכטיגע אנגעלעגנהייטן אין צוזאמענהאנג מיט די נסיעה פון רבינו שליט"א צו די מקומות הקדושים בכלל און קיין אנטווערפן בפרט - אפגעליפערט א ריזיגער קאנטעינער קיין אנטווערפן, וואס האט ענטהאלטן א ריזיגער באשטעלונג מיט פיל וויכטיגע סופלייען און פראדוקטן פארן געברויך פונעם געהויבענעם שבת קודש פרשת ויקהל אין אנטווערפן בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א.
עטליכע גאר ענערגישע עסקנים האבן גאר פלייסיג געארבייט אנצופילן דעם קאנטעינער מיט אלע נויטיגע געברויכן, אנגעהויבן פון פארשידענע ערליי פראדוקטן און אויסגעלאזט ביי פארשידענע אנדערע וויכטיגע מיטלן וואס פעלט אויס פארן געהויבענעם שבת אין אנטווערפן, וועלכע קומט אויס פיל ביליגער צו פארשאפן אין ניו יארק, וואו צו קויפן פאר די פולע פרייז אין אנטווערפן.
אינעם ריזיגן קאנטעינער איז אויך אפגעשיקט געווארן די גרויסע פארענטשעס וואס ווערן אויפגעשטעלט ביי גרויסע מאורעות בחצרות קדשינו. די עסקנים בראש פון העסקן החשוב ר' יואל שטערנבערגער הי"ו זענען געניט געשטאנען אין שפיץ פון שווערע ארבייט פון אנפולן דעם קאנטעינער מיט די הונדערטער אייזענעס און ברעטער וואס פעלט אויס אויפצושטעלן די פארענטשעס, וואס וועלן במשך דעם שבת קודש זיין אויסגעשטעלט אינעם ריזיגן בית רחל זאל, וואס וועט זיין איבערגעפולט מיט טויזנטער תושבי אנטווערפן און אנשי שלומינו פון אייראפע וועלכע וועלן נישט ווילן פארפאסן קיין איין איינציגע מינוט ביי די געהויבענע טישן פון רבינו שליט"א.
דורכגייערס אין פארענט פונעם נייעם בית המדרש הגדול אויף בעדפארד קארנער ווילסאן סטריט, האבן נישט געקענט אפוואונדערן דעם פלייס און געטריישאפט פון די עסקני וועד הנסיעה וויאזוי מען ארבייט כאיש אחד בלב אחד, צוצושטעלן אלע נויטיגע געברויכן פאר אונזערע אחים לדיעה תושבי אנטווערפן, אלעס בלויז דערפאר צו פארשפארן אידיש געלט וואס דאס אלעס וואלט אפגעקאסט שווערע געלטער ווען מ'דארף דאס אהערשטעלן אין אנטווערפן, וויבאלד כשר'ע פראדוקטן זענען זייער טייער אין אייראפע.
דער ריזיגער קאנטעינער איז אפגעשווימען דאנערשטאג ב' דראש חודש אדר א' אויפן גרויסן אנטלאנטיק מיט א גרויסן קארגא שיף פון די האפן פון ניו יארק גלייך צום גרויסן פארט אין די שטאט אנטווערפן, וואס איז איינס פון די גרעסטע פארנומענסטע פארטן אין אייראפע. (די פארט פון אנטווערפן האבן פארגאנגענעם יאר אין 07' אליינס באהאנדלט העכער צוויי ביליאן טאן מאטעריאל) דער קאנטעינער וועט אנקומען די וואך פרייטאג פרשת כי תשא, וואו עס וועט אפגעווארט ווערן דורך די געטרייע עסקנים פונעם וועד המסדרים אין אנטווערפן וואס וועלן זעהן דאס זאל אריינגעברענגט ווערן אין שטאט און אלעס זאלן ווערן מסודר על צד היותר טוב.
עס קומט זיך א גרויס דאנק פארן הויפט עסקן פונעם וועד הנסיעה אפטיילונג אין ניו יארק מוה"ר ליפא קרויס מנאמני בית רבינו שליט"א, פון די פירמא mk freight וואס בהשתדלותו איז דער ריזיגער קאנטעינער ארויסגעשיקט געווארן קיין אנטווערפן, פאר א מיניאמאלע פרייז, און וועט נאך שבת צוריקגעברענגט ווערן קיין ניו יארק.
נייעס פון וועד הנסיעה אפיס אין ירושלים:
אין א אנדערע נייעס קומט אצינד אן די ידיעה אז מערכת "פתגמין קדישין" פון ירושלים עיה"ק גרייט אין די טעג אן גאר א הערליכן גליון וועלכע וועט ערשיינען לכבוד דעם געהויבענעם שבת פרשת ויקהל הבעל"ט, און עס וועט פארטיילט ווערן צווישן די טויזענטער אנשי שלומינווועלכע וועלן מיהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א.
מערקט ווי די ארבייט גיט אן אפילו אינמיטן די נאכט שעה'ן
פאר קאמענטארן און פארשלאגן בנוגע די מסע הקודש ביטע רעפלייעט צו אונזערבליץ-פאסט אדרעס: [email protected]
ביטע פארווערד דעם מסע הקודש מעסעדזש פאר אלע חברים און גוטע פריינט וואס באקומען דאס נישט
נשלח ב-20/2/2008 01:30
סקוקט אויס ווי אהרונישע פאשקוויל קעגן די זאליס
דערווייל איז דאס חלק פין גרויליגע פראפגאנדע פין די זאלי העראריכיע
בס"ד
נייעס:
אסיפת מלמדים:
דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק מרן רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א יסודות'דיגע דרשה ביים אסיפת מלמדים וואס איז פארגעקומען פאר אלע מלמדי תשב"ר אינערהאלב מוסדותינו הק'. דער רבי שליט"א האט בטוב טעם ודעת ארומגערעדט וויכטיגע אנווייזונגן בנוגע דעם התנהגות וויאזוי מלמד ברויך זיך צופירן בשעת'ן זיין אינאיינעם מיט זיינע תלמידים צו זיין פאר זיי א מוסטער, פון וועמען זי זאלן זיך אפלערנען תורה ויראת שמים ומידות טובות.
דער רבי שליט"א האט דערביי שטארק אויסגערימט דאס חשיבות פון מלמדים וואס זענען מרביץ תורה פאר תינוקת של בית רבן, וואס בהבל פיהם העלפן זיי אז די וועלט זאל האבן א קיום, באטאנענדיג וואס ער זאגט כמה פעמים אז עס איז נישט מעגליך צו באצאלן פאר זייער געטרייע הארעוואניע און עבודת הקודש וואס זיי טוען במסירות ונאמנה.
כולל ליל שישי:
פארגאנגענעם פרייטאג פארטאגס פרשת תצוה איז פארגעקומען א מעכטיגער סדר חבורת ליל שישי אין היכל בית מדרשינו הגדול דקהל יטב לב אויף ראדני סטריט, וואס איז לעצטע וואך איינגעארדענט געווארן פאר א מקום מיוחד ללימוד התורה אגאנצן טאג, וואו עס האבן זיך משתתף געווען לערך טויזנט לומדים, בעלי בתים נכבדים, יונגעלייט און בחורי חמד דישיבותינו הק', און האבן אויסגענוצט די פארטאגס שטונדן צו הארעווען אויף די תורה הק', וואו דער קול תורה האט אפגעדינערט אויף א זעלטענעם פארנעם.
עס איז געווען א ערהאבענער מעמד קידוש השם אריינצוקומען אין בית המדרש אום פיר אזייגער פארטאגס, און פשוט זוכן א פלאץ וואו זיך אראפצוזעצן, אשרי עין ראתה כל אלה, און עס איז געווען אגאנץ שבת געווען דער געשפרעך צווישן אנשי שלומינו. אינמיטן דעם סדר הלימוד איז רבינו שליט"א זיך געקומען משתתף זיין ביים כולל, מחזק צן זיין און מעודד זיין די שווערע הונדערטער לומדי תורה.
שבת קודש:
דעם געוועזענעם שבת קודש פרשת תצוה איז אפגעראכטן גאר געהויבן בחצרות קדשינו, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז נישט דא געווען צוויי וואכן, וויילנדיג אויף אפרוה אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק. עס האט זיך טאקע אנגעזעהן א ריזיגער ציבור ביי די תפילות שב"ק בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א.
פרייטאג צונאכטס איז דער בית המדרש געווען פול-געפאקט עד אפס מקום, און די תפילות זענען געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט. עס האבן זיך אנגעזעהן אויפן מזרח וואנט צעהן חתנים וואס זענען געקומען שול פירן אין בית מדרשינו הגדול. תפלת מנחה האט דער רבי שליט"א געדאווענט פארן עמוד, און מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' דוד גליק שליט"א בן הרבני החסיד ר' עזריאל שליט"א, לכבוד שמחת שבת שבע ברכות פון זיין זוהן נ"י.
ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך אנגעזעהן א גרויסן ציבור פון חסידים ואנשי מעשה, מיט "כל מקדש" האט דער רבי געווען הרה"ח ר' יעקב כהנא שליט"א ראש הקהל דקהלתינו, מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א ר"מ בישיבותינו הק'. נאך די דברי תורה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' הערשל גלאנצער שליט"א פון בארא פארק, "ק-ה אכסוף", מיט "לקל אשר שבת" הגה"צ אב"ד קאלביסאוו שליט"א. מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען גיסו הרה"ג רבי הערשל שפיץ שליט"א.
דאס זעלבע בילד האט זיך איבער גע'חזר'ט שבת צופרי, ווען דאס בית המדרש הגדול איז געווען פול עד אפס מקום; מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם משה קרויס שליט"א פון מאנסי. דער רבי שליט"א דאווענט פאר תפלת שחרית מיט גרויס השתפכות הנפש.
ביי קריאת התורה האבן עולה געווען לתורה 6 חתנים, דריי באווארפנס און דריי שול פירן'ס. מיט תפלת מוסף איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' מנשה מאיער שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו, ביי זיין איידעם הרב ר' ברוך פרץ פילאפף שליט"א מחשובי מתפללי בית מדרשינו הגדול.
ספעציעל איז דער התעוררות געווען גאר דערהויבן ביי של"ס בעת רעוא דרעוין ווען עס איז זיך צוזאמגעקומען א ריזיגער ציבור זיך צו הערן צו די דברות קודש פון רבינו שליט"א. ביי ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א געזאגט ברכת שבע ברכות פאר דריי חתנים שיחי'.
וועד הנסיעה נייעס:
נעכטן זונטאג נאכט איז פארגעקומען א העפטיגע אסיפה אין אפיס פונעם "וועד הנסיעה" אויף ראדני סטריט, וואו עס אויסגעשמועסט געווארן וויכטיגע איינצלהייטן פונעם גרויסארטיגן מעמד צאתכם לשלום, וואס גייט פארקומען זונטאג פארמיטאג פרשת ויקהל לפני ביתו נאוה קודש פון רבינו לשיט"א אויף 550 בעדפארד עוועניו, זיך געזעגענען פון רבי'ן שליט"א איידער דער רבי פארט ארויס קיין אייראפע פוקד זיין די ציונים הקדושים פון די צדיקים וקדושי עליון נבג"מ.
די טויזנטער תלמוד תורה קינדער וועלן זיין אויסגעשטעלט מיט ווייסע העמעדער אין א מוסטערהאפטן ארדענונג אויף פארענטשעס לענגאויס בעדפארד עוועניו. און וועלן זינגן אינאיינעם ניגוני שמחה והתעוררות לכבוד דעם געהויבענעם מעמד דערביי וועלן אויפטרעטן מיט דברי פרידה מזקני חסידי ותלמידי רבינו הקדוש זי"ע.
אין די יעצטיגע טעג ארבייט מען אויס אלע דעטאלן מיט די פאליציי וויאזוי צו בלאקאדירן די ארומיגע גאסן מיט די מינימאלע שטערונג פונעם טרעפיק פארקר פון די פארנומענע בעדפארד עוו.
***
***
פאר קאמענטארן און פארשלאגן בנוגע די מסע הקודש ביטע רעפלייעט צו אונזערבליץ-פאסט אדרעס: [email protected]
ביטע פארווערד דעם מסע הקודש מעסעדזש פאר אלע חברים און גוטע פריינט וואס באקומען דאס נישט
*-- type =" else" *
נשלח ב-18/2/2008 22:14
זושליאני08 האק נישט קיין טשייניק ס'איז נישט דא קיין שום גזירת גירוש, יעצט גערעדט צי א זאלי מלמד זאגט ער, מען האט אים געאפערט א פרי טיקעט, פרי האטעל, פעיד וויקעשאן, אין נאך דערצו א באנוס אין דער זייט פון 300 דולר וואס זיי וועלן באקומען אויף פסח מער פון אנדערע מלמדים, נו וואס קען זיין שלעכט,
יא אוודאי זענען זיי מרמז מכלל הן אתה שומע לאו, אבער וואס זיי געבען איז זייער גוט, זאלן זיי דאס מיר געבען וועל איך זיין א זאלי פאר 10 טעג נישקשה....
דער מלמד זאגט נאך מער אז ער האט געזען אז עס איז א שעת הכושר ער האט געהאט דעם קאפ אופן פלאץ אין ער האט זיך אפגערעדט אז אין זיין קלאס ציט פון איין פענסטער זייער שטארק א קעלט אין ער האט שוין געבעטן מען זאל אים טוישן קלאסן אין אין קול ואין עונה כדרכם, האט מען אים דאס אויך ציגעזאגט אז ווי נאר מען קומט אהיים וועט מען אים טושן קלאס, אויך האט ער זיך אפגערעדט וועגן זיין באנגעלוי אין קעמפ, האט מען אים דאס אויך ציגעזאגט אז ער וועט באקומען א נייע באנגעלוי,
בקיצור אלעס אלעס אבי נאר קומען יעדע נפש ציילט אין די רופסט דאס אן גזירת גירוש, שעם אן יא...