בית פורומים כל העולם כולו

גזירת גירוש ביי זאלונים... אלע איינגעשטעלטע מוזן הולכ'ן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/2/2008 15:50 לינק ישיר 

ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך אנגעזעהן א גרויסן ציבור פון חסידים ואנשי מעשה,


כא כא כא כא כא כא.......

איך קען נישט סטאפען לאכען.......

איך בין געווען די פארגאנגענע שבת (תצוה) אין וויליאמסבורג, פרייטאג צונאכטס האב איך אדורך געוואקט ראדני, איז מיר אריין א פאני געדאנק אין קאפ אז היות איך בין כמעט נישט אין וויליאמסבורג אויף שבת אויב יא איז עס נאר א שיינע שבת אדער א יו"ט, און איך האב קיינמאל נישט די געלעגענהייט צו זעהן ווי אזוי ס'זעהט אויס א פלעינע שבת ביי רז"ל'ס טיש און יעצט בין איך דא סתם א פלעינע שבת וויל איך זעהן אביסעל וואס דא טוט זיך.

כ'האב שוין אפאר מאל געליינט דא אויפ'ן פארק און געהערט פון מענטשען אז זיין טיש איז "ממש א געלעכטער" "ס'איז ליידיג" אא"וו...

אבער איך האב ליב אלעס אליינס צו זעהן, ווייל איך גלייב געווענליך נישט די אלע גוזמאות.

דעריבער אז כ'בין שוין געווען אויף די ראדני גאס בין איך טאקע אריין אין ביהמ"ד.
נאך א מזל אז כ'האב דארט געטראפען נאך א אריינגעבלאנזשעטע ארויני מיט וועם כ'האב געקענט לאכען....

איך זאג ענק.... אז כ'וועל זאגען אז ס'איז געווען דארט 100 אידען, דאן איז געווען ביי יסוד איתן 1,000,000 איין מיליאן מענטשען.

איך קום אהיים צו מיין אכסני' פארצייל איך אים אז איך בין געווען אין ראדני, זאגט ער מיר "די וואך גייסטו? גיי א פלעינע שבת..."
פרעג איך אים "וואס הייסט ביי דיר א פלעינע שבת? די וואך איז נישט געניג פלעין?"
זאגט ער מיר אז רז"ל איז די וואך אהיימגעקומען פון.... (ער געדענקט נישט ווי) ער איז שוין לאנג נישט דא געווען, סאו איז זיכער געווען א גרעסערע עולם ווי נארמאל.
די שמועס האט זיך פארדרייט, און כ'האב געטראכט ביי מיר אז זיכער איז ער זיך טועה און ער מיינט אז רז"ל איז די וואך אהיימגעקומען פון אנטווערפען

אבער ליינענדיג די נייעס דא וואס (מיין ארויני קאלעגע) ביבער האט געברענגט זעה איך אז יא... ער איז די וואך אהיימגעקומען פון אפרו, און צוליב דעם איז געווען אזא געוואלדיגע עולם ביים טיש,
איך קוק איבער איין מאל און נאכאמאל, און איך זעה אז יא.... מ'רעדט פון די וואך "פרשת תצוה"
און דעיס איז שוין א גרויסע עולם.....

ממש א געלעכטער....

 

 



תוקן על ידי monroe06 ב- 20/02/2008 16:10:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2008 19:28 לינק ישיר 

ועל כולם נאך די אלע רבנים און רבי'ס וואס גייען קומען אויף שבת דער גרעסטער גאסט גייט זיין שטן אליין .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2008 03:26 לינק ישיר 

געווארט טייערע
פאר געלט ברענג איך דיר אראפ אבאמא אויכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2008 05:54 לינק ישיר 

אויך גייט דארט זיין אויף שבת 
הרב פאדווא לאנדאנ'ער רב = ער איז דאך דער זיידע דארט !

הרב וואזנער סאטמארער רב פין לאנדאן רב = מסתם מיינסטו הרב שמואל הלוי פון בני ברק...
ר' צחק ארי' ווייס פין מאנטשעסטער = אויך זיין איידעם ר' ישעי' קרויס פליט אהין...
פין ארץ ישראל קומט ר' משה זאב זארגער  = אויך פרויקע שטערן קומט צו פליען.


היינט צופרי האט עס געהאלטן פין אמריקע אליינס 1100 טיקעטס פארקויפט = משה עפשטיין אליינס האט פארקויפט בערך 2500 טיקעטס
אן ארץ ישראל אין פין אייראפע  = די גאנצע מדינה קומט קיין אנטווערפען

אנטווערפן האט נאך אזא מצב קיינמאל נישט געזען 
= די יורא שיסט ארויף. דער דאלאר טראסקעט. בריסל שווימט פון מענטשן.
זאלונים נעמען איין דעם אייראפעישן פלאנעט, און אוזער צאדיקעל רז"ל
בלייבט דער זעלבער שטריק און עם הארץ ווי בעפאר.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/2/2008 09:41 לינק ישיר 

ארגינעלער, איך פארטיי דיין ווייטאג..........

האסט א ברירה, פאר קיין מאנסי.......




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2008 21:21 לינק ישיר 

א צודרייטע אקענאמיע, זאגט מיר א איד.

צו די זעלבע צייט וואס די פרייז פון ברויט גייט ארויף צו העכער דריי טאללער א פעקל, און גאזאלין צו איבער הונדערט טאללער א פעסל, גייט די פרייז פון א טיקעט קיין אנטווערפען אראפ צו $299.00......

***

אויפן מעסעדזש שטייט אז מ'זאל אריינכאפן ווייל די ביליגע טיקעט'ס לויפט שוין אפ..

איך לייען דא די באשרייבונגען, איך זעה אז חוץ די שטאטישע און לאקאלע פאליציי קאמאנדירן זענען אויך די 'געהיימע פאליציי' פון אנטווערפען געזיצן מיט אן ערנסקייט ביים מיטונג מיט די עסקנים...

דאס פרייד איז ביי מיר אומבאשרייבליך אז די קאנטענער אויף וואס די עסקנים האבן אזויפיל געארבייט, אזש ביז אויפדערנאכט (ווי אנגעמערקט אויף די בילדער..) איז שוין ב"ה אנגעקימען קיין אנטווערפען ביים פארט, (שכויעך ר' ליפא פאר די קאנטענער..) וואס ווער עס ווייסט נישט, להוי ידוע, דער פארט אין אנטווערפען איז אזוי ריזיג אז עס האט פאריאר אליינס אריינגענימען אין זיך איבער 2.5 מיליאן טאן!!! וווער האט זיך דאס געגלייבט אז רז"ל וועט האבן אזא גרויסן כבוד ביים הייליגן נסיעה. פששששששי...

ווער עס האט פארגאנגענע וואך באמערקט ווי דער טעלעפאון פירמע "ווערייזאן" האט אפגעשפארט די ראדני גאס פאר עטליכע שעה נאכאנאד און נישט געוויסט פארוואס, אט דא האט דיר דער ענטפער, מ'האט צוגעלייגט נאך עטליכע טעלעפאון ליניעס צום "ועד הנסיעה" אפיס... צוליב די פארפלייצטע טעלעפאון רופען... (עיין לעיל בה'נייעס)

ווי איך הער גייט ר' לייביש זיין ביי אלע טישן און ביי של"ס, ער גייט ביים 'קבלת פנים' זאגן דאפעלט שבחים אויף רז"ל ווי רב וואזנער און ירושלים'ער רב האבן געזאגט אין ירושלים און אין בני ברק אויף רבינו שליט"א, די אהרונים וועלן נישט וויסן וואס צו ענטפערן.

ר' לייביש גייט אום איבערגעבן דאס בענקל זיינער, ער גייט אום בעטן א ברכה, ער גייט און גייט און גייט און גייט.... הימל און ערד מיט ר' לייביש, בקיצור, ר' לייביש, וואס נאך ברויך מען ?...

איינער ווייסט, וואס טוט זיך מיט די גרויסע באגלייטן אויף בעדפארד עוו. ??




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2008 01:25 לינק ישיר 

זאלי'ס טייערע
עטץ האטץ א שטיקעל פראבלעם
ווייל ס'גייט אונז גאנץ ווייניג אן וואס ר' לייבוש גייט טון און וויפיל כבוד ער גייט געבן פאר רזל
איך ווייס נישט צו מ'קען טרעפן צווישען אלע ארוינים אפילו 20 חסידים פון ר' לייבוש'ן, אונז האמער ב"ה אייגענס אונזער רבי איז פאר אונז גוט אפילו ביי א שמחה אדער ח"ו א צרה נישט נאר צו שטעכן יענעם.

סאו יו דידנט היט די טארגעט ווען ר' לייבוש גייט כבוד געבן פאר ענקער געטשיק.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/2/2008 01:22 לינק ישיר 

בס"ד

 

נייעס פון מסע הקודש (ספעציעלע באריכט צום מסע הקודש):

 

6:04 האט זיך דער פליגער בשעטו"מ געהויבן אין די לופט קיין אונגארן. תפלת מעריב האט דער גאנצער עולם אין שפיץ פון רבינו שליט"א געדאווענט אויפן אינמיטן וועג. 7:56 אויפן דארטיגן זייגער האט דער פליגער בשעטו"מ געלאנדעט אין בודאפעסט אונגארן. (דער זייגער איז גערוקט מיט זעקס שעה)

 

תפלת שחרית האט דאס מערסטע טייל פונעם ציבור געדאווענט אויפן פליגער, און האבן זיך פון בודאפעסט ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ראמעניא. אינמיטן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט אין די שטאט סאטמאר מתפלל זיין אויפן בית החיים אין די שטאט, און מען איז צוגעפארן באטראכטן דעם גרויסן בית המדרש אין די שטאט סאטמאר וואו רבינו הקוה"ט זי"ע פלעגט זאגן זיינע פלאמפייערדיגע דרשות.

 

דער רבי שליט"א מיט א קלענערע קבוצה האבן געדאווענט אין א פריוואטן שטובל אין טערמינעל, צוגעשטעלט דורך הרה"ח ר' שלמה בערקאוויטש שליט"א מחשובי אנ"ש. ביי תפלת שחרית האבן זיך אנגעזעהן א ציבור ארטיגע אונגארישע אידן אין שפיץ פונעם בודאפעסער רב שליט"א. דער בעל תפלה ביי שחרית איז געווען הרבני הנגיד ר' נפתלי גרינפעלד הי"ו מחשובי אנ"ש בעיר בארא פארק.

 

קריאת התורה האט מען געליינט אין א קליינע ספר תורה וואס הרה"ג רבי יקותיאל יצחק שווארץ שליט"א אבד"ק בראד האט געגעבן לכבודו פון רבינו שליט"א מיטצונעמען אויף די נסיעה. הרבני החסיד ר' ישראל דוד וויינבערגער שליט"א איז געווען דער בעל קורא; כהן האט עולה געווען הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א חבר הביד"צ ודומ"ץ דקהלתינו הק' אין בארא פארק. שלישי האט דער רבי שליט"א עולה געווען און גומל געבענטשט זייענדיג מוציא דעם גאנצן מנין מיט ברכת הגומל.  

 

נאך תפילת שחרית האט זיך די גאנצע קבוצה אין שפיץ פון רבינו שליט"א ארויסגעלאזט קיין ראמעניא. דער וועד הנסיעה האט צוגעשטעלט א ספעציעלער באקוועמער באס מיט אלע באקוועמליכקייטן פאר אזא לאנגע רייזע.      

 

בערך 3:00 אזייגער (9:00 צופרי אויף אונזער זייגער) איז מען אנגעקומען צום ראמענישער גרעניץ. אין געציילטע מינוטן איז די שיירא אריבער די גרעניץ אדאנק די ריכטיגע אינטערווענצן פון פראמינענטע עסקנים, פון וואו מען האט זיך גלייך ארויסגעלאזט קיין סיגוט א צוויי שעה'איגן וועג. אויפן וועג האט דער רבי שליט"א נאכגעזאגט דברי תורה און דערציילט סיפורים ועובדות פון אבותיו הק' נבג"מ וואס ער האט געהערט מאביו הגדול מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע. 

 

בערך א פערטל נאך פינעף איז מען אנגעקומען אין עיר אבותיו סיגוט, וואו מען האט זיך גלייך געשטעלט דאווענען מנחה דערנאך איז מען איז מען ארויף  בחרדת קודש ורתת וזיע צום מקום אדמת קודש דער אוהל הק' פון רבותינו הק' שלשלת הקודש לבית סיגוט, מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע ובנו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, און מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע מתפלל צו זיין לטובת הכלל והפרט. 

 

אצינד איז דער עולם מתפלל מיט גרויס התעוררות אין אוהל הק' וואו מען וועט עטליכע שעה מתפלל זיין לפני אבינו שבשמים להפקד בדבר ישועה ורחמים.

 

שפעטער וועלן מיר אינפארמירן דעם ציבור מיט ווייטערדיגע באריכטן.

 

***

פאר קאמענטארן און פארשלאגן בנוגע די מסע הקודש ביטע רעפלייעט צו אונזער בליץ-פאסט אדרעס: [email protected]

ביטע פארווערד דעם מסע הקודש מעסעדזש פאר אלע חברים און גוטע פריינט וואס באקומען דאס נישט

 

*-- toctype =" X-unknown" **-- toctype =" text" **-- text *



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גזירת גירוש ביי זאלונים... אלע איינגעשטעלטע מוזן הולכ'ן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.