בית פורומים כל העולם כולו

ליפא: ביסט שטערקער פון די ליידיגגייער!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/2/2008 18:23 לינק ישיר 
ליפא: ביסט שטערקער פון די ליידיגגייער!!

די גאס איז אויף מיט דעם קול קורא-פאשקעוויל וואס איז געדריקט אין די צייטונגען וואס האט מכלומרשט אונטערשריפטן פון א ים מיט רבנים און ליטווישע גאונים. ווער עס האלט מיט, ווייס אז די רבנים, וואס זענען געווענליך זייער פארטון אין די פארשידנארטיגע קאלירן און דעזיינס פון זייערע בעקישעס און טובל'ן זיך אין קוגל-אויל, האבן קיין אנונג וועגן וואס עס רעדט זיך דא, און אויב ליפא שמעלצער איז דארט דער זינגער, אנפירער, אדער ביידע פון דעם קאנצערט וואס דארף פארקומען אין דעם גיגאנטישן מעדיסאן סקווער גארדן.

ליפא דארף זיך אבער נישט צוטון מאכן פון דעם סארט פארווייטאגטן אפפאל פונעם חרדישן ציבור. זיין כח איז מיט טויזנטער מאל שטערקער און גרעסער פון די אלע שוטים צוזאמען, און וויפיל צעטלעך מיט נעמען פון ראשי ישיבות וואס זענען געווענליך טמא ביי אונזער היימישן עולם מען וועט אויף אים שרייבן און לייגן זאל ער זיך בעסער אויסלאכן און זיי ווייזן אז זיי פירן נאך דערווייל נישט די וועלט און מען טאר זיך מיט משוגעים נישט רעכענען קיין טראפ.





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/2/2008 00:38 לינק ישיר 

דו שרייבסט פינטל אבער דו לייגסט דערנאך אן עקסקלעמעישאן פאינט...

און לעניננו:

האב איך געזאגט אז די רבנים האבן נישט געזען דעם קול קורא וואס זיי האבן גע'חתמ'עט?

איך האב בסך הכל געזאגט אז נאכדעם וואס די רבנים האבן אונטערגעשריבן די קול קורא זענען געגאנגען די געמיינע יונגען און צוגעשריבן אן אייגענעם נוסח'ל קעגן ליפא שמעלצער אלס א נ.ב., ווי יעדער איינער קען זען. אלזא, איך זע נישט וואו דער המודיע האט מיך מפריך געווען.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2008 22:45 לינק ישיר 

זיסקייט


עס זעט זיך אן אז דו האסט נישט געזען דעם ענדליש המודיע פאריגן פרייטאג. ווי זיי ברענגען א נייעס ארטיקל אויפ'ן פראנט פעידזש אז זיי האבן זיך פארבינדן מיט 31 פון די 33 רבנים וואס זענען געחתמעט אויפן קול קורא (וואס איז ערשינען אין די וויקלי המודיע מיטוואך) און זיי האבן באשטעטיגט אז זיי האבן געזען דעם גאנצן מודעה. בלויז 2 רבנים זענען נישט דאהי האבן זיי נישט געקענט זיך פארבינדן מיט זיי.

פינטל!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2008 22:00 לינק ישיר 

845-826-1994



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2008 08:57 לינק ישיר 

ישר כח, מאנסיער.

למען האמת וויל איך פארציילן גענוי וואס דא איז פארגעקומען.

1. קיין שום רב אדער עסקן האט זיך נישט פארבינדן מיט ליפא שמעלצער אים צו בעטן אז ער זאל צוריקציען פון דעם קאנצערט, אנשטאט זענען די רשעים און אכזרים געגאנגען צו די רבנים און צוזאמגענומען אונטערשריפטן אויף א קול קורא קעגן אים.

2. די ערנסטע רבנים האבן קלאר פארלאנגט צו וויסן צי מען האט שוין גערעדט צו ליפא'ן און ער האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער וויל דווקא יא דורכפירן דעם קאנצערט. מען האט זיי ליגנט געזאגט אז יא.

3. די רבנים האבן קלאר פארלאנגט אז ליפא'ס נאמען זאל נישט שטיין אויפ'ן קול קורא, כדי ס'זאל נישט אויסקוקן ווי א פאשקעוויל, זענען געגאנגען די רשעים און אכזרים און צוגעלייגט ליפא'ס נאמען צו דעם קול קורא, שוין נאך די אונטערשריפטן, מאכנדיג ליצי ליצנות פון די רבנים.

4. פארגאנגענעם דאנערשטאג האבן דריי חשוב'ע רבנים, קאסאווער רבי, הרב דישון און הרב שטיינמעץ אריבערגערופן ליפא'ן און גערעדט צו אים און אים מסביר געווען די הארבקייט פון מאכן אזא קאנצערט. ליפא האט תיכף מציית געווען צו די דברי חכמים און מסכים געווען מבטל צו מאכן דעם ביג איווענט, און דערנאך האט ער זיך אפגערעדט היתכן מען האט אים קיינמאל נישט גערופן ביז יעצט, נאר אים מבזה געווען מיט אזא געמיינעם בזיון. די דריי רבנים זענען געווען אויפגעשוידערט ביז גאר פון וואס זיי האבן געהערט, און האבן פארשפראכן אז זיי וועלן זיכער מאכן אז ס'ווערט ברייט באריכטעט אין אלע צייטונגען אז ליפא האט אויסגעפאלגט דעם פסק פון די רבנים.

5. די רוצחים און רשעים האבן אויפ'ן קול קורא צוגעשריבן אז שלומי גערטנער האט זיך ארויסגעצויגן, און נאר ליפא איז געבליבן, וואס דאס איז א פאלנער שקר. שלומי גערטנער האט קיינמאל זיך נישט ארויסגעצויגן, און ער וואלט געבליבן זינגען ווען ליפא ציט זיך נישט ארויס. נאר וואס דען? דא האנדלט זיך פון מענטשן וועלכע מיינען נישט קיין אידישקייט נאר זיי ווילן פשוט פירן א מערכה קעגן ליפא שמעלצער, און זיי האבן יעצט געטראפן א געלעגנהייט אים צו באגראבן און דעריבער האבן זיי זיך צוגעכאפט דערצו. שלומי גערטנער'ס עבירות איז זיי אינגאנצן נישט אנגעגאנגען.

6. מיט'ן אויסהערן דעם פסק פון די דריי חשוב'ע רבנים, און אויפגעבן דעם ביג איווענט, ליידנדיג א ריזיגן געלט שאדן, און ארויסרופנדיג אויף זיך דעם צארן פון יושע מענדלאוויטש, און די אנדערע קאנצערט ארגאניזירערס און די הונדערטער וועלכע האבן איינגעקויפט טיקעטס, האט ליפא שמעלצער אריינגעשטאכן א מעסער אין די רוקן פון די רוצחים און רשעים, וואס האבן געהאפט אז ער וועט נישט אויפגעבן, כדי זיי זאלן קענען אנגיין מיט זייער מערכה פון רציחה און אכזריות. ליפא איז זיי דאסמאל פארלאפן דעם וועג.

לאמיר האפן אז דער רבוש"ע וועט זיך שוין מרחם זיין אויף אונז און נקמה נעמען פאר'ן בלוט פון די הונדערטער אומשולדיגע אידן וועלכע זענען דורך די רשעים געפייניגט געווארן אויף אלע סארט וועגן.

אידיש בלוט איז נישט הפקר. זייער סוף וועט איין טאג אנקומען.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2008 04:01 לינק ישיר 

זיסקייט האסט דאך אזוי גיט געזאגט נו אפשר געסטי אינז א עיצה וואס צי טהון מיט די משוגעים?

_________________

Stop Hillary Express




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/2/2008 01:08 לינק ישיר 

כ'וועל זיך נישט מטפל זיין מיט אלע דיינע הבלים, דו האסט שוין א אלטע רעפוטאציע פון "טענו בחיטין והודו לו בזכר קדשו", און דו האסט קלאר אסאך אסאך מער צייט ווי מיר.

נאר פאר די אטאקע קעגן מיר פערזענליך, אפשר ברענגסטו מיר א קול קורא פון א נארמאלן רב אז מ'טאר נישט האבן קיין קאמפיוטער און אז מ'טאר נישט נוצן קיין אינטערנעט?

און איך מיין דוקא א רוב וועמען דו וואלסט אויך געטראסט ביי דיינע פראבלעמען, וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2008 23:55 לינק ישיר 

בס"ד

איך גיי נישט אריין אין דעם דיון פונעם קול קורא אדער קאנצערט.

אבער אז "מבקש האמת" זאגט זיין אמת (נישט אז ער זוכט דעם אמת ח"ו. נאר ער זאגט אז דאס וואס ער זאגט איז אמת כמובן) וז"ל

אויסדריקליך  דירעקט פארשטענדליך פאר יעדן נארמאלן מענטש, איז א חוצפה און עזות צו זאגן וואס מ'זאגט אפילו אויב . אבער ווען עס קומט ארויס א קול קורא פון אזויפיל רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן, און נאך אויף א זאך וואס איז כלומפערשט

פרעגען מיר עהם דא ברבים וירא הקהל המבקשים האמת לאמיתו וישפוטו.

און וואס איז מיט די קול קורא וואס איז ארויסגעקומען פון אלע רבנים און קרייזן אז מען טאר נישט האבען א קאמפיוטער און מער טאר נישט נוצען אינטערנעט. נו וויאזוי גייט דער מבקש האמת און נוצט ווייטער דעם אינטערנעט?

נאר וואס דען ? יענער איסור קעגן אינטערנעט איז פארן מבקש האמת אויך.  ממילא פייפט ער אהן די רבנים אבער דא איז דאך די קול קורא  קעגן א צווייטן ממילא איז דער קול קורא פעליג . ושריר וקיים

האדמו"ר מניקלסבורג שליט"א אמר. אז מען האט געקענט שרייבען  א קול קורא אויף א איד א מרביץ תורה וחסידות ומקרב לבבות ישראל לאביהן שבשמים.  אז ער איז שבתי צבי רח"ל

און אויף דעם איז געווען אונטערגעשריבען רבנים וראשי ישיבות ובסופם האט אונטערגעשריבן דער ברך משה.  אז הוראה זו הוא כהוראת איסור והיתר ממש .   נו! וויפעל איז ווערט א קול קורא?

אז מען האט געקענט שרייבען אויף א מנהיג ישראל א רבן של ישראל אדמו"ר מבעלזא שליט"א . אז הרי הוא כשאר מהרסי כרם ישראל  כי האיש י"ד רוקח דינו כדין כל האפיקורסים. . און אויף דעם איז געווען אונטערגעשריבען 93 רבנים און אדמורי"ם וראשי ישיבות.

נו! ווער האט געמאכט א געלעכטער פון די רבנים ? די יודען וואס פאלגען נישט די קול קוראס  אדער די רבנים אליין. . אדער די טעראריסטן וואס טעראריזירן די רבנים אזוי וויא "זיסקייט" האט געזאגט במתק לשונו

דער עולם גולם דא האט זיך צוגעשטעלט מיט גרויס שאנדע צו די מערכה פון אפאר ליידיגייערס, די זעלבע וועלכע האבן אנגעפירקלט דעם יונגל פון עורה, באקלעבט די פענסטער פון די סאטמארע בוטשער, צעשניטן די זיצן פון די בארא פארק-וויליאמסבורג באסעס, פארברענט דעם עסן טרעקל, חרוב געמאכט דעם גל פז געשעפט, געשלאגן פרויען און קינדער יעדן שב"ק אין וויליאמסבורג, א.א.וו.  (געצווינגען רבניים צו שרייבן אויף האדמו"ר מניקלסבורג "שבתי צבי" . געאסערט די יוסף שפיעל. וואס הגה"צ רבי מיכאל בער זי"ע האט איינגעפירט. געצווינגען די רבנים מיטן גרעסטן טעראר מבזה צו זיין את האדמו"ר מבעלזא בתכלית הבזיון שכמהו לא נהייתה.  (און ווער עס לייענט יעצט  נאך יארן שפעטער יענעם קול קורא. פארשטייט אליין וויפיעל א קול קורא איז ווערט וד"ל)

ס'רעדט זיך דא פון א גרופע רוצחים, רויבערס און באנדיטן, וועלכע ווערן ערלויבט אנצוגיין מיט זייער טעראר, ווייל יעדע שטיק צייט רייטן זיי אויף די סענסיטיוויטיס פונעם ציבור, ווי מען זעט אין דעם אשכול.

חוץ דעם האט שוין ר' ליפא נ"י צוריקגעצויגען . און ער האט געוויזן פאר די וועלט אז ער פאלגט רבנים וגדולי התורה. . און די טעראריסטן זענען געבליבן חפוי ווייל זיי האבען געוואלט אז ער זאל נישט פאלגען אזוי וועלן זיי האבען וואס צו פארפירן. יעצט האט ער געמאכט אין איין מינוט מער קידוש השם מער וויא די אלע האבען געמאכט אין זייער לעבן. עס וועט אריינגיין די מעשה אין די יודישע היסטורי. יש קונה עולמו בשעה אחת




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2008 22:30 לינק ישיר 

חוץ דעם וואס דאס אז שלמה גערטנער האט שוין צירוקגעצויגן איז געווען א פאלנער שקר! עס איז נאר געטוען געווארן צו מאכן א שטינק אויף ליפא'ן. (און דאס איז אויך געשטאנען אויפן קול קורא)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2008 21:41 לינק ישיר 

דער עולם גולם דא האט זיך צוגעשטעלט מיט גרויס שאנדע צו די מערכה פון אפאר ליידיגייערס, די זעלבע וועלכע האבן אנגעפירקלט דעם יונגל פון עורה, באקלעבט די פענסטער פון די סאטמארע בוטשער, צעשניטן די זיצן פון די בארא פארק-וויליאמסבורג באסעס, פארברענט דעם עסן טרעקל, חרוב געמאכט דעם גל פז געשעפט, געשלאגן פרויען און קינדער יעדן שב"ק אין וויליאמסבורג, א.א.וו.

ס'רעדט זיך דא פון א גרופע רוצחים, רויבערס און באנדיטן, וועלכע ווערן ערלויבט אנצוגיין מיט זייער טעראר, ווייל יעדע שטיק צייט רייטן זיי אויף די סענסיטיוויטיס פונעם ציבור, ווי מען זעט אין דעם אשכול.

די גדולי התורה האבן געהאט רעכט מיט'ן אונטערשרייבן דעם צעטל קעגן דעם קאנצערט, אבער די ליידיגייערס און פוסטע יונגען האבן געמוזט אריינלייגן זייער עקל אין די מערכה דורך צולייגן די פאר ווערטער קעגן א פריוואטן מענטש, וועלכער איז גרייט געווען צו קאאפערירן מיט די רבנים.

א בושה און א חרפה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2008 21:30 לינק ישיר 

מרוח אשך, אלע רבנים חוץ...

איז דאס א וויץ אדער דו האלטסט ערנסט אזוי?

און לעניננו, א בושה און א חרפה אז מען האט ארויסגעשריבן ליפא'ס נאמען אויף די צעטלעך. דאס ווייזט אז די גאנצע מערכה איז געווען שלא לשם שמים און אלע צייטונגען וועלכע האבן אנגענומען די עד מעגן זיך שעמען און איך וועל אי"ה נישט קויפן מער קיין שום צייטונג וואס האט אריינגענומען די עד, און נישט אויסגעמעקט זיין נאמען.

(ווער ס'קען אויסרעכענען דא א ליסטע פון צייטונגען וועלכע האבן אנגענומען דעם עד, און געלאזט ליפא'ס נאמען, זאל עס ביטע טאן.)

דער ליפא שמעלצער האט א משפחה מיט עלטערן, ברידער, שוועסטער און קינדער. וויאזוי קען מען טאן אזא רשעות און אים אזוי מבזה זיין, אז ער זאל אריינגיין אין די געשיכטע אלס א מענטש קעגן וועמען אלע גדולי הדור זענען ארויסגעקומען, ווען באמת האבן די רבנים נישט גע'חתמ'עט קעגן ליפא, ווי עפשטיין האט געזאגט, נאר די רשעים און ליידיגייערס האבן צוגעלייגט זיין נאמען נאך די אונטערשריפטן. שעים אן דעם!!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2008 20:50 לינק ישיר 

למעשה האבען די רבנים נישט געחתמעט קעגען ליפא פערזענליך

דאס שטייט צוגעשריבען נאך די חתימות 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2008 16:41 לינק ישיר 

הערשל עס איז טאקע דא וואס פארשטייען דיין פראסטרעשן איבער דעם ענין אבער די האסט עס שלעכט ארויסגעשריבן און עס ליינט זיך זייער געמיין קעגן די גדולי הדור.

די ביסט מחיוב איבערבעטן אלע אויף די ליסטע.
אויב האסטו נישט קיין צייט פאר אלע קענסטו רואיג אויסלאזן,
ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן
ר' חיים יושע האלבערשטאם
ר' הילל וויינבערגער



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2008 17:20:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ליפא: ביסט שטערקער פון די ליידיגגייער!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext