|
|
| נשלח ב-27/2/2008 06:01 |
|
| |
אגב, שפיר איך דא פאר וויכטיג צו ערקלערן פאר'ן ציבור, אז מען זאל מיך נישט אננעמען ראנג.
ליהוי ידוע אז איך בין נאך אין מיין לעבן נישט געגאנגען צו קיין קאנצערט ווייל ביי מיין משפחה איז א קאנצערט געווען טרייף, און אזוי האט מען מיר געלערנט פון אלס קליין קינד. און איך האב אוודאי און אוודאי נישט געפלאנט צו גיין צו די ביג איווענט, וואס כ'האב נישט געהאלטן דערפון צוליב פארשטענדליכע סיבות.
אבער פונקט אזוי האב איך קיינמאל נישט געהאלטן פון די אלע קאנצערטס וואס די אנדערע קרייזן האבן געמאכט וואו עס זענען געזיצן מענער און פרויען אויסגעמישט. (ביי די ביג איווענט האט מען געזאלט מאכן היסטאריע דורך אפטיילן די מענער פון די פרויען), און כ'האב קיינמאל נישט געזען אז די פאר רשעים זאלן פארפירן און ארומגיין צוזאמנעמען חתימות פון רבנים.
ווער ס'האט אביסל מיטגעהאלטן די בלאף מיט וועלכן מען האט דא פארדרייט דעם עולם א קאפ, איז ממש ערשטוינט און שאקירט. מען האט איינגערעדט די רבנים אז מען האט גערעדט צו ליפא'ן און ער איז עומד במורדו, און פאר'ן ציבור האט מען איינגערעדט אז שלומי גערטנער האט זיך ארויסגעצויגן, בשעת שלומי גערטנער איז געווען מער אנטשלאסן ווי ליפא צו זינגען ביי די קאנצערט, און ליפא איז גאר געווען דער וואס האט זיך אונטערגעבראכן ווי א טשיקן און אויפגעגעבן.
ס'איז נישט קיין ספק ביי די אלע וואס האבן אביסל מיטגעהאלטן וואס דא איז פארגעגאנגען אז די רשעים ואכזרים האבן נישט געמיינט אונזער אידישקייט, נאר זיי האבן געטראפן א געלעגנהייט צו דעסטראיען ליפא שמעלצער און זיי האבן גענוצט אונז אלע און די רבנים אלס שפילצייגן פאר זייער מערכה.
_________________
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2008 06:03 |
|
| |
דער שכל זאגט אז די סיבה פארוואס ער האט זיך ארויסגעצויגן איז דוקא אדאנק דעם דרוק וואס ער האט באקומען דורך די ווערטער וואס זיי האבן געשריבן. ס'גלייבט זיך שווער אז ער וואלט עס געטון ווען נישט דאס.
איך בין איינשטימיג אז אויב האט קיינער נישט גערעדט צו אים און פרובירט ער זאל צוריקציען איז עס א געוואלדיגע רשעות. איך האלט אז אויב דאס איז ריכטיג זאל ליפא פערזענליך אריבערגיין צו די רבנים, ווייניגסטנ'ס צו די גרויסע צווישן זיי, און פארהאלטן דערוועגן. איך גלייב אז ער וועט קענען באקומען פון די רבנים א צעטל וואס זאל אים ריינוואשן, ווייניגסטנ'ס מחזק זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2008 06:10 |
|
| |
איך האב הנאה אז ליפא זאגט עס אליינס אין זיין מעסעדזש, ווי יעדער קען הערן, אז קיינער האט נישט גערעדט צו אים, און די רשעים האבן אונטערגענומען די מערכה אן פרובירן פארדעם צו רעדן צו אים מיט שיינעם.
זאל יעדער זען וועם מיר האבן נאכגעפאלגט ווי קעלבער.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2008 09:11 |
|
| |
די סיבה פארוואס ליפא איז ארויס איז מ'האט עיהם געסטראשעט מיטען ערגסטע.
ר' חיים לייבוש רטנבורג פון מאנסי האט געסטראשעט מיטן ארויסווארפען זיינע קינדער פון חדר.
וכו' וכו'
די חורבן איז אז רוב מענטשען מיינען כאלו די רבנים זענען אנטגעקן די קנצרט מיטן גאנצען אייפער.
ווען די פריעדמאן והקליפה גייען צו די רבנים זיי זאלען אינטרשרייבען די צעטל, קענען נישט די רבנים זאגען ניין, ווייל זיי גייען עיהם באשמוצען אויף די גאס וכו'
מ'רעדט איין די רבנים אז קנצרט איז די חורבן היהדות פון 2008
א ראיה אז די גאנצע זאך איז אנטגעקן ליפא פערזענדליך, איז ווי זיסקייט האט שוין געשריבען אז ביים צעטל איז געשטאנען אז שלומי גרטנר איז ארויס, וואס איז געווען פאלטש!
און אז ליפא וויל נישט ארויסגיין,
זיי האבען קיינמאל נישט אפילו גערופען ליפא!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2008 03:40 |
|
| |
איך האב גערעדט צי ר'ליפא נעכטען אין ער האט געזאגט אז אויב די רע-בנים וועלן אסערן העסק גייט ער מאכן אין די זימער "ליפאס טיש" אין דעס וועלן זיי נישט קענען אסערן...
_________________
Stop Hillary Express
|
|
|
|
|