הרחיבי מקום אהלך
דעם פארגאנגענעם שבת כי תשא תשס"ח
האט מען געעפענט א
באבובער בית המדרש אין אלעד
ווי אנשי שלומינו וועלן דארט עוסק בתורה ובתפלה בשירות ובתשבחות תחת דגלו והדרכתו של כ"ק רבינו עט"ר שליט"א
דאס באבובער בית המדרש איז געגרינדעט געווארן בחדוה ובשמחה, אויף שבת זענען געקומען צופארן קיין אלעד מחשובי קהלת באבוב בארה"ק ובראשם הגאון רבי אלי' חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ באבוב ירושלים ת"ו
באקומען אין אישית
עס איז געווען א הערליכע און געהויבענע שבת.
פרייטיג צו נאכט'ס האבען געדאווענט 25 יונגעלייט. עס איז געווען א עונג שבת, אונזער ירושליימער דיין שליט"א איז אויך געקומען און אויך נאך 10 געסט. מען האט געדאווענט זעהר ווארים און געשמאק, דער דיין האט גערעדט פאר קבלת שבת, און אויך ביי שירות ותשבחות ליל שבת קודש. דער עולם האט פארברענגט מיט געהויבענקייט.
שבת אינדערפרי איז געפראוועט געווארן א קידושא רבה לכבוד חנוכת הביהמ"ד, עס זענען צוזאמען געקומען א גרויסער עולם, תושבי אלעד, וועלכע האבן ארויסגעוויזען זייערע געוואלדיגע הנאה פונעם גרינדן דאס בית המדרש. און האבן געוואנטשען גרויסע הצלחה.
מנחה און סעודת רעווא דרעווין, איז אויך געווען א גאר געהויבענע זמן, דער דיין שליט"א האט ווידער גערעדט, דער שבת האט איבערגעלאזט א חיזוק ועידוד פארן גאנצען עולם.
עס זעהט אויס א שיינע עתיד בעז"ה!
- זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו -
ויה"ר עס זאל זיין א כבוד בית באבוב ולתפארת כ"ק רבותינו זיע"א