שובו לכם לאהליכם:
זונטאג צופרי באשמורת הבוקר, בלויז א שעה נאכן
גרויסארטיגן מעמד כינוס תלמידי וחסידי סאטמאר, האבן שוין אנגעהויבן ווירבלן די
גאסן פון אנטווערפן מיט הונדערטער געסט וואס זענען געגאנגן כאפן א מקוה, און פון
דארט זיך געאיילט צו לואיס פלאץ וואו עס זענען געשטאנען א רייע פון צעהן באסעס
וואס זענען אין די פריע זונטאג שעה'ן ארויסגעפארן צום בריסעל לופט-פעלד, וואו
גרופעס פון די איבער גאנצע וועלט זענען מיט פולע באגאזשן צוריק אהיימגעפארן.
דא האבן די געטרייע עסקנים פון אנטווערפן ווידער
איבערראשט דעם עולם מיט זייער זעלטענע מידת הכנסת אורחים, פון וועלכן וויפיל מען
זאל נאר שרייבן וועט מען דאס נישט קענען ריכטיג שילדערן. ביים אנקומען צו די באסעס
האבן אפגעווארט עסקנים נאך אנגעטוען בבגדי שבת מיט א גרויסע וועגעלע אנגעפולט מיט ספעציעלע
זעקלעך צידה לדרך.
די געטרייע עסקנים הר"ר הערשל דרעזנער שליט"א
און האברך החשוב ר' יואל וואלנער הי"ו מגדולי העסקנים אין אנטווערפן, און
האברך החשוב ר' יואל רוטנער הי"ו פון וויליאמסבורג האבן פאר יעדן מיטגעגעבן א
נארהאפטיגן זעקל מיט פרישטאג און מזונות טועם צו זיין אויפן לאנגן וועג אהיים. פאר
די באסעס זענען אוועקגעפארן זענען די עסקנים ארויפגעקומען אויף די באסעס און זיך
הארציג געזעגנט מיט א ברכת צאתכם לשלום. (בדרך אגב איז כדי
צו דערמאנען אז אויפן וועג צו תפילת שחרית איז רבינו שליט"א דורך געפארן דעם
באס סטאפ פון וואו דער ציבור איז אהיימגעפארן און האט שטארק הנאה געהאט פון
דעם נאבעלן וועג ווי שיין מ'האט באגלייט די פילע הונדערטער געסט).
(דער עולם דארף נעמען צו קענטעניס אז די געטרייע עסקנים האבן
דאן געהאלטן נאך לאנגע שווערע וואכן פארברייטונגן און אראנדזשירונגן, און נאך א
קייט פון אכט און פערציג שעה עבודת הפרך מיטן אויפנעמען און פלאצירן די פילע
הונדערטער געסט, און א שבת קודש וואס האט געקאסט א שווערע הארעוואניע צוצושטעלן די
הערליכע סעודות און געהויבענע טישן על צד היותר טוב, און פארט האבן זיי נישט
פארגעסן פון אונז. און זיך אזוי שיין געזעגנט, וואספארא געוואלדיגן רושם האט דאס
געלאזט אויף די געסט).
באזוך אין ישיבת עץ חיים ווילרייק:
זונטאג מיטאג איז דער רבי שליט"א געפארן קיין
ווילרייק צו די ישיבה עץ חיים וואס שטייט אונטער די אויפזיכט פונעם ראש הישיבה
שליט"א הרב הגאון רבי חיים ארי' שפיטץ שליט"א, וואו דער רבי שליט"א
איז ענטפאנגן געווארן דורך די בחורים מיט געזאנג ווי עס פאסט זיך פאר אזא
געהויבענער גאסט. דער רבי האט געזאגט א לומדי'שן שיעור אויף די סוגיא וואס די
בחורים לערנען יעצט, וואס איז איבערגעהאקט געווארן דורך איינער פון די מגי"ש
הרב הגאון רבי אברהם עהרנטריי שליט"א, אייניקל פון הגה"צ הרב סעגאל
זצ"ל פון מאנטשעסטער, וואס האט אריינגעפרעגט אינמיטן דעם פלפול.
די לומדים ובעלי תריסין פון ישיבה זענען שטארק נתפעל
געווארן פון רבינ'ס דרך הלימוד אין די סוגיא, און האבן א לענגרע צייט שפעטער זיך
נאך מפלפל געווען איבער די טיפע חידושים פון רבינו שליט"א.
נאכן פלפול זענען די בחורים אריבער נעמען שלום פון רבינו
שליט"א, און דערנאך איז דער רבי אריין אין משגיחים שטוב באזוכן דעם גרויסן
ראש ישיבה הרב הגאון רבי אליעזר פרייפעלד שליט"א וואו עס איז אויך געווען
אנוועזענד די אנדערע ראשי הישיבה, וואו דער רבי האט געטרונקן א לחיים און עס האט
זיך פארצויגן א הערליכן שמועס בדברי תורה און איבער דעם אמאליגן און היינטיגן מצב
בעולם הישיבות. דער רבי שליט"א איז נאכדעם ארויסבאגלייט געווארן בשירה וזמרה דורך
די נאנט צו צוויי הונדערט תלמידי ישיבת עץ חיים ד'ווילרייק אין שפיץ פון זייערע
ראשי ישיבות.
***
ביים צוריק קומען קיין אנטווערפן איז דער ראב"ד הרב
הגאון רבי אליהו שטערנבוך שליט"א צוריקגעקומען פאר א ביקור גומלין און עס האט
זיך אנטוויקלט א הערליכע שמועס מיט א קעגנזייטיגע הערצה פון וואס אלע אנוועזענדע
האבן שטארק הנאה געהאט.
*--[if !supportLineBreakNewLine]*
*--[endif]*
דער רבי שליט"א האט אים דערנאך מכבד געווען מיט
פירות און וויין וואו דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן ראב"ד אז ער זאל ווייטער
קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, דערביי האט דער ראב"ד שליט"א מזכיר
געווען איינע פון זיינע משפחה נאנטע וואס דארף א ישועה און דער רבי שליט"א
האט געגעבן ברכות קדשו. נאכן באזוך האט אים דער רבי ארויסבאגלייט מיט גרויס כבוד,
ונפרדו לשלום.
דרשה אין היכל הכולל תורה ויראה:
נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א באזוכט אין היכל הכולל
תורה ויראה וואו דער רבי שליט"א האט געזאגט א הערליכן חיזוק שמועס פאר די בני
הכולל, איבער וויכטיגע יסודות וואס א יונגערמאן ברויך צו האלטן פאר די אויגן,
וויאזוי צו האבן דעם ריכטיגן ציהל אין לעבן און פירן א אידישע שטוב נאמן לה'
ולתורתו הק', און איבערהויפט אז מען רעדט פון יונגעלייט אשר תורתם אומנתם דארפן
זיי וויסן וויאזוי מצליח צו זיין בלימודם און קונה זיין תורה.
אויך האט דער רבי שליט"א אויפגעפאדערט די יונגעלייט
זיך קובע מקום זיין לתורה ולתפלה און אונזער בית המדרש, און ערפולן דערמיט רצון
קדשו פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקהלה, וואס ער האט געוואלט מ'זאל
לערנען און דאווענען אין זיינע בתי מדרשים.
ביינאכט האט דער רבי שליט"א אויפגענומען עטליכע שעה
דעם ריזיגן ציבור וואס איז געקומען זיך געזעגענען מיט קוויטלעך. וואו מען האט
געדארפט ווארטן א לענגערע צייט אנצוקומען צום רבי'ן שליט"א לברך ולהתברך.
דינער לטובת כולל חיבת ירושלים:
שפעטער איז דער רבי שליט"א געגאנגן באשיינען דעם
יערליכן דינער פון כולל חיבת ירושלים וואס איז פארגעקומען אין בית רחל זאל מיט די
באטייליגונג פון א קאלירפולער ציבור פון עטליכע קרייזן.
דער יו"ר האט מיט הארציגע ווערטער באגריסט דעם
רבי'ן שליט"א, און האט ארויסגעברענגט אז מ'האט די זכי' מקבל פנים צו זיין דעם
גרויסן מנהיג של רבבות אלפי ישראל, און ער האט דערביי מכבד געווען דעם רבי'ן
שליט"א צו רעדן דברי ברכה. דער רבי האט געטרונקן לחיים און האט אנגעוואונטשן
ברכות קדשו פאר אלע פארזאמעלטע אז דער זכות פון רבי מאיר בעל הנס זאל מגין זיין
אויף אלע תומכים להתברך בכל טוב.
דער רבי שליט"א איז דערנאך מיט גרויס כבוד ארויסבאגלייט
געווארן ווען דער גאנצער עולם האבן זיך געשטופט צו געבן די האנט פאר רבינו
שליט"א. לויט ווי אנוועזענדע דערציילן האט זיך דארט אפגעשפיגלט די געוואלדיגע
הערצה און רעספעקט וואס דער רבי שליט"א טוט געניסן צווישן אלע תושבי
אנטווערפן.
אין די אכסניא האט דער רבי שליט"א ווייטער
פארגעזעצט צו געזעגענען דעם ציבור ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן.
מאנטאג:
מאנטאג צופרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין
היכל הישיבה קטנה צוזאמען מיט די בחורי חמד, וואו דער רבי האט נאכן דאווענען
גערעדט דברי חיזוק והתעוררות פאר די תלמידי השיבה, איבער וויכטיגע ענינים פאר א
בחור בימי בחרותו, ער זאל קענען שטייגן למעלה למעלה על במתי התורה ויראה.
נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א געגאנגן באזוכן
ביי הרה"צ רבי יודל לייפער שליט"א אדמו"ר מפרעמישלאן.
באזוך אין תלמוד תורה דמתא:
שפעטער איז דער רבי שליט"א געגאנגן באזוכן די תלמוד
תורה פון די שטאט אנטווערפן, וואו די קינדער האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט
גרויס שמחה בשירה וזמרה אין באגלייטונג פון מוזיק.
דער מנהל התלמוד תורה האט באגריסט דעם רבי'ן שליט"א
מיט פאסיגע דיבורים און האט ארויסגעברענגט אז פון די הויפט סיבות פארוואס דער רבי
שליט"א איז געקומען אנטווערפן אהערגעקומען איז ארויסצוהעלפן פאר די סאטמארע
מיידל שולע אז זיי זאלן נישט דארפן צוקומען צו קיין רעגירונגס שטיצע, זאגנדיג
דערביי, אז עס שוין עטליכע יאר וואס ביי זייער תלמוד תורה האט מען אויפגעהערט צו
נעמען סובסידיעס, צוליב דעם אז די רעגירונג זאל זיך נישט אריינמישן אין עניני
חינוך. (אין סאטמארע תלמוד תורה האט מען קיינמאל נישט
גענעמען קיין רעגירונג שטיצע).
דערנאך האט דער רבי שליט"א גערעדט דברי חיזוק ומוסר
ארויסברענגענדיג דאס חשיבות פון צאן קדשים וואס אין זכות פון זייער לערנען די תורה
הק', העלפן זיי אז די וועלט זאל האבן א קיום. דער רבי שליט"א האט דערביי
אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר די קינדער, און באזונדער פאר די חשובע מלמדים.
איידער דער רבי שליט"א איז ארויסבאגלייט געווארן
פון תלמוד תורה האט דער רבי שליט"א, ביגעשטייערט גאר א שיינע נדבה לטובת די
תלמוד תורה ד'אנטווערפן, וואס האט אויפגעהערט צו נעמען שטיצע פון די רעגירונג, און
לערנען תורה על טהרת הקודש. (די מנהלי המוסדות האבן נישט געהאט
די ריכטיגע ווערטער צו באדאנקן פארן רבי'ן פאר די נתינה חשובה, און האבן נישט
באהאלטן זייער איבערראשונג אז במשך די צייט האבן שוין באזוכט פילע רבנים און
אדמורי"ם און קיינער האט נאכנישט איבערגעלאזט קיין נתינה).
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א געגאנגן מבקר חולה
זיין עטליכע חולי ישראל פון אנטווערפן וואס ליגן ליידער על ערש דוי, און האט זיי
גאר ווארעם אנגעוואונטשן און שטארק מחזק געווען.
אין די נאכט שעה'ן האט דער רבי שליט"א אויפגענומען
עטליכע שעה דעם ריזיגן ציבור וואס איז געקומען זיך געזעגענען מיט קוויטלעך. וואו
מען האט געדארפט ווארטן א לענגערע צייט אנצוקומען צום רבי'ן שליט"א לברך
ולהתברך.
דרשת חיזוק והתעוררות לאנ"ש:
שפעטער ביינאכט האט דער רבי שליט"א געהאלטן א דרשת
התעוררות אין בית מדרשינו, וואו עס זענען זיך צונויפגעקומען אלע אנשי שלומינו ווי
אויך האבן זיך אנגעזעהן שטאטישע אידן פון אנטווערפן. אויך די עזרת נשים איז געווען
אפען פאר די בית יעקב וואס האבן געוואלט הערן די דברי מוסר פון רבינו שליט"א.
דער רבי האט ארומגערעדט איבער וויכטיגע ענינים וויאזוי א
איד דארף זיך צו פירן בקדושה וטהרה, אויפן וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון
רבינו הק"וה"ט זי"ע און פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה
זצוק"ל. דער רבי האט דערבי מעורר געווען בגודל מעלת האחדות, אז די בני הקהלה
זאלן לעבן בשלום ובשלוה איינער מיטן אנדערן כאיש אחד ובלב אחד, אזוי ארום וועט מען
אינאיינעם קענען מרבה זיין דעם כבוד שמים אין די קהלה, ווייל אחדות איז דער ערשטער
יסוד וואס פעלט זיך אויס צווישן א עדה פון אידן.
דער רבי האט אויך דערמאנט מ'זאל קומען דאווענען אין בית
המדרש דקהלתינו אזוי ווי רבינו הקוה"ט זי"ע האט געפאדערט פון אנשי
שלומינו, כדי נישט נשפע צו ווערן פון פרעמדע דעות און השקפות, וואס מען קען זיך
אנהערן פון פרעמדע מענטשן. (צווישן עלטערע חסידים פון
אנטווערפן איז באקאנט אז מיט יארן צוריק ווען מ'האט געעפענט דאס ערשטע סאטמארע בית
המדרש אין אנטווערפן האט הגה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זי"ע געזאגט פאר די
סאטמארע חסידים אז זיי זאלן גיין דאווענען אין זייער אייגענעם בית המדרש).
אין די אכסניא האט דער רבי ווייטער אויפגענומען דעם
ציבור וואס איז זיך געקומען געזעגענען ביז נאך חצות לילה. שפעטער האט דער רבי
שליט"א אפגעהאלטן וויכטיגע אסיפות מיט די חברי הנהלת המוסדות פון אנטווערפן
ביז אין די פריע פארטאגס שטונדן.
צאתכם לשלום:
דינסטאג צופרי האט דער רבי שליט"א גאר פרי געדאווענט
שחרית בבית מדרשינו. ארויסגייענדיג פון בית המדרש נאכן דאווענען - ווערנדיג
באגלייט דורך א גרויסן ציבור אנ"ש - זענען די ילדי תשב"ר געשטאנען
אויסגעשטעלט אויף די גאס און זיך גאר הארציג געזעגנט פון רבינו שליט"א
זינגענדיג דערביי ניגוני שמחה. דער בילד וויאזוי דער ציבור פון אנטווערפן
געזעגענען זיך פון רבי'ן שליט"א איז געווען גאר רירענד.
באלד דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אין איילעניש ארויסגעלאזט
צום לופט פעלד מיט די אויטא פון הרבני הנגיד ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש שליט"א אין
באגלייטונג פון א צאל חשובע זקני ופני הקהלה. אין עירפארט האט זיך דער רבי געזעגנט
פון יעדן באזונדער און איז בשעטו"מ אפגעפלויגן צוריק אהיים קיין ניו יארק.
***
נאטיצן וואס אנשי שלומינו האבן אונז
איבערגעגעבן:
*--[if !supportLists]*·
*--[endif]*שפתותיו נוטפות מור:
אלס א תושב פון אנטווערפן וויל איך ארויסברענגן א
וויכטיגע נקודה וואס איר האט גענוג שטארק ארויסגעברענגט צווישן אלע ענקערע
פילפארביגע נייעס, אז במשך די פאר טעג וואס דער רבי האט געוויילט אין אנטווערפן
האבן מיר געהאט די זכי' צו הערן פון רבי'ן שליט"א 13 דרשות אין אלע ענינים בדרוש און פלפול מוסר
וחסידות, פון וועלכן די צוהערער האבן זיך דערקוויקט און געשטילט זייער הונגער און
דארשט, לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע דבר ה'. איך וועל אויסרעכנען א ליסטע
פון דרשות וואס איך האב אליינס געהערט מפי מרן רבינו שליט"א:
1) דרשה ביים קבלת פנים מיטוואך פארנאכטס; 2)
מאנטאג אין תלמוד תורה פאר די ילדי
תשב"ר; 3) ביי די מסיבת ווי העמודים לטובת החזקת מוסדות; 4) פרייטאג נאכמיטאג
ביים סדר הלימוד פארן זמן הדלקה"נ אין בית מדרשינו; 5) פריטאג צונאכטס ביים
שולחן הטהור; 6) דרשה פאר קריאת התורה; 7) ביי די סעודה שבת צופרי בבית הנגיד ר'
יעקב יוסף לעפקאוויטש הי"ו; 8) דברי מוסר וכבושין ביי שלש סעודות; 9)
מוצש"ק ביים סעודת מלוה מלכה; 10) זונטאג מיטאג פלפול אין ישיבת ווילרייק;
11) דרשת חיזוק ומוסר פאר תלמידי ישיבה
קטנה; 12) אין תלמוד תורה ד'אנטווערפן; 13) דרשת התעוררות לאנשי שלומינו מאנטאג
נאכט אין בית מדרשינו.
דאס איז אויסער די הערליכע דברי תורה און שיינע שמועסן
וואס מיר האבן געהאט די זכי' צו הערן ביי די הערליכע באזוכן פון די רבנים
ואדמור"י עיר אנטווערפן.
און כאטש דער רבי שליט"א איז געווען שטארק
אפגעמוטשעט מטלטולא דאורחיה נאכן ארומפארן עטליכע טעג אויף די מקומות הק' אין
אונגארן פוילן האט מען גארנישט אנגעמערקט קיין שום מידעקייט, נאר מיט א שמחת התורה
וחדותא דאורייתא, האט ער צו יעדע צייט געלאזט הערן הערליכע טייטשן און בליציגע
רעיונות, וואס מיר וועלן געדענקן פאר א לאנגע צייט.
*--[if !supportLists]*·
*--[endif]*ולענוים יתן חן:
ווען רבינו שליט"א איז מיטוואך נאכט אנגעקומען צום
קבלת פנים ביי די חתונה פון גיסו
הרב הגאון ר' חיים ארי' שפיטץ שליט"א האט מען אים געהאט אנגעגרייט א ספעציעלע
רבי'ש בענקעל, און דער רבי האט זיך נישט געוואלט אראפזעצען ווילאנג מען ברענגט אים נישט א
פשוטע בענקעל.
*--[if !supportLists]*·
*--[endif]*איינער פון אנשי שלומינו פון לאנדאן שרייבט:
תיקון טעות: מיט ברכת המזון ביי די סעודת מלוה מלכה האט דער רבי מכבד געווען דעם
לאנדאנער רב שליט"א, די ערשטע זעקס ברכות האט די רבי שליט"א געזאגט, אן
ברכה אחריתא האט דער דיין הגה"צ רבי חיד"א ווייס שליט"א געזאגט.
פאלגענד איז א רשימה פון זקני חסידים ופני הקהלה פון
לאנדאן וואס זענען געווען אויף שבת
קודש אין אנטווערפן וואס זייערע נעמען זענען נאכנישט דערמאנט געווארן:
הרה"ח ר' משה אלי' שווארץ הי"ו,
הרה"ח ר' בנימין ואחיו ר' חיים בער גראס שליט"א, הרבני הנגיד ר' חיים ידידי' גליק הי"ו,
הרה"ח ר' חיים יעקב גרינפעלד הי"ו, הרה"ח ר' גבריא'
פישער שליט"א הרבני הנגיד ר' חיים אפרים פרענקל הי"ו, הרה"ח ר' יודא הערש ווידער הי"ו,
הרה"ח ר' אברהם סאלינסקי הי"ו הרבני הנגיד ר' בנציון קיש
הי"ו מגבאי בית מדרשינו
קרעווען וואק, ועוד.
הרבני הנגיד החסיד ר' מאיר גדלי' עסטרייכער
שליט"א סגן ראש הקהל דקהלתינו הק' אין לאנדאן, וועלכער איז נישט געווען בכח
צו קומען אויף שב"ק, האט געהייסן אלע זיינע חשובע קינדער זיי זאלן פארן אויף
שב"ק קיין אנטווערפן.
*--[if !supportLists]*·
*--[endif]*נאמען פון איד פון פאריז:
איך וויל אייך מודיע זיין אז דער נאמען פון דעם איד פון
פאריז, וואס איר שרייבט אויף מעסעדזש 28, אז דער רבי שליט"א האט ספעציעל געגעבן
שיריים פאר זיינע קינדער, איז ר' ישראל שארבאנעל הי"ו פון פאריז.
*--[if !supportLists]*·
*--[endif]*מיטגעברענגט קרוב צו א מיליאן דאלאר:
איך וויל איר זאלט דערמאנען אז דער רבי שליט"א האט
ביים אנקומען קיין אנטווערפן שוין מיטגעברענגט מיט זיך די סומע פון קרוב צו א
מיליאן דאלאר, וואס איז אויפגעטריבן געווארן די לעצטע פאר וואכן אין אמעריקא. אזוי
אויך בשעת קריאת התורה שבת קודש צופרי האט דער רבי שליט"א צוגעהאלפן פאר די
עסקני המוסדות פון אנטווערפן צו העכערן די סכומים וואס די נדיבים האבן גע'שנדר'ט
לטובת אונזער תלמוד תורה אין אנטווערפן.
*--[if !supportLists]*·
*--[endif]*כיבודים ביי די עליות:
עס האבן אויך עולה געווען לתורה שבת צופרי: הרבני הנגיד ר' יחזקאל בערגער הי"ו פון
לאנדאן; הגה"צ רבי חיים צבי ט"ב שליט"א רב ור"מ דקהלתינו הק'
פון ירושלים עיה"ק; א בר מצוה בחור מיכאל בן רבינו איזרעאל הי"ו פון
אנטווערפן (רבינו שליט"א האט געלייגט תפילין פאר דעם בר
מצוה בחור דאנערשטאג צופרי ביי תפלת שחרית בבית מדרשינו); הרה"ג ר' יעקב יודא בן ר' גדלי' עסטרייכער
שליט"א.
*--[if !supportLists]*·
*--[endif]*נישט גיין וואוינען קיין ארץ ישראל:
א איד פון אנטווערפן האט אונז אנגערופן און פארציילט דאס
פאלגענדע:
א ספרדי'שער איד פון ליאן פראנקרייך ר' חי שמעון
הי"ו וואס איז געקומען צו פארן צום רבי'ן שליט"א אויף שב"ק האט אים
דערציילט, אז ער האט געהערט אז דער סאטמארער רב שליט"א קומט צופארן קיין
אנטווערפן האט ער באשלאסן אריינצוגיין צום רבי'ן שליט"א אנפרעגן צו ער זאל
עולה זיין קיין ארץ ישראל וואוינען אין זיין נייע דירה וואס ער האטה געקויפט אין
קרית שמונה אין צפון ארץ ישראל. (ווי באקאנט לייגן די סוכנות
אריין גרויסע כוחות אז אידן פון די גאנצע וועלט זאלן עולה זיין קיין ארץ ישראל).
דער איד האט טאקע אזוי געטאן און איז דאנערשטאג ביינאכט
אריין צום רבי'ן, האט אים דער רבי שליט"א מסביר געווען דעם פראבלעם פון
ציונות און געבעטן אז ער זאל נישט עולה זיין קיין ארץ ישראל, און אין דעם זכות
וועט ער האבן הצלחה בכל דרכיו.
דער איד איז אזוי באיינדרוקט געווארן אז ער איז פארבליבן
מיטהאלטן דעם גאנצן שבת בצל רבינו שליט"א.