זאלונים שווערן נקמה אין פשעווארסק און הורדנקא
די ליסטע פון שונאים פאר דעם נועם המידות איז די וואך פארלענגערט געווארן מיט צוויי נעמען.
1) כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
2) כ"ק אדמו"ר מהורדנקא שליט"א
דאס איז אויסער די לאנגע שווארצע ליסטע וועלכע אנטהאלטן די נעמען פון אזעלכע באנדיטן ווי
בעל שבט הלוי שליט"א
ראב"ד עדה החרדית שליט"א
כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א
הג"ר ארי' מלכיאל קאטלער שליט"א, ר"מ לעיקוואוד
אין שפיץ פון די נייע לינקע חברים פונעם רבי'ן ווי:
קאסובער רבי שליט"א
סערדאהעלי'ער רב שליט"א
סקווערער דיין רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א
נייטרא רב רבי בנציון הכהן שטראססער שליט"א
פאפא דיין, רבי משה מנחם ווייס שליט"א
נייטרא'ער רב, רבי מנחם מאיר ווייסמאנדעל שליט"א
רבי ישראל צבי ברוידא שליט"א, רב דק"ק שערי אורה
ועוד ועוד
די סיבה איז גראדע א ריכטיגע, און מיט רעכט ווערן זיי צוגעלייגט צו די שווארצע ליסטע
ווארום:
פשעווארסקער רבי האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פונעם גרויסן גאסט וואס האט געברענגט בערך 1800 געסט און ריזיגע מיליאנערן מיט הויכשטאקיגע פארענשטעס, און מיט א מעכטיגע פאליציי האומלענד סעקיוריטי פארס וואס אנטווערפען האט נאך קיינמאל נישט געזען - און אז רבי לייביש לייזער האט דאס טאטאל איגנארירט במשך די קבלת פנים, במשך דעם גאנצען שבת און האט נאך דערצו געפירט א אייגענעם טיש, וואס איז א ריכטיגע מרידה במלכות הזלה. דארף ער טאקע זיין אויף די שווארצע ליסטע.
הורדאנקער רבי שליט"א איז א אפענער מחוצף און עזות פנים.
ער איז דאך א פעטער פון די כלה. ער איז געווען ביי די חתונה אין אנטווערפען און עש"ק הייבט ער זיך אויף אן זיך געזעגענען פונעם רבי'ן און מאכט א ויברח, לאזט איבער אלע טויזענטער געסט אפגעשמיסן. ס'ארא חוצפה.
זיי וועלן אי"ה אלע געוואויר ווערן וואס נועם מיינט און וואס מידות באדייט.
_________________
 |
|
|