יעדע קהילה מוטשעט זיך מיט ריזיגע בודזשעטן וואס איז א שטארקע עול פאר די ראשי הקהילה און עס איז נישט פון די גרינגע זאכן נישט אריינצופאלן אין דעפיציטן וואס זאלן שטערן דעם סדר היום פון די קהילה.
איינע פון די זאכן וואס איז אלע יארן געווען אז די חברי הקהילה זאלן צושטעלן א פלייצע און באצאלן מעמבערשיפ געלט, וואס ארעמע ווי רייכע פלעגן שטענדיג באצאלן. נישט גרינג איז דאס איינצומאנען, ווי אויך זענען דא די וואס האבן אלץ ליב צו פארשלעפן ווייל נישט אלץ איז דא, דעריבער איז געווען א גוטער בייפאל ווען די זאלוינים האבן געמאכט גורלות פאר די וואס צאלן אין צייט.
וואס עפעס דערמאן איך זיך יעצט פון דעם? ווייל איך האב באמערקט אז אויך די ארוינים האבן דאס אנגעהויבן צו טון, און זיי האבן יעדע וואך אנדערע גורלות פאר די אויסגעצאלטע חברים.
איז דאך גוט. דער פראבלעם איז אז זיי פלעגן מאכן ביטערע לצנות פון די זאלוינים אז זיי זוכן אריינצוכאפן מעמבערס און וועגן דעם מאכן זיי גורלות און כלשונם: ווען האט מען געהערט אז מען זאל טיילן פרייזעס פאר מעמבערס?