בית פורומים כל העולם כולו

וועד הצמצום שע"י התאחדות הקהילות - לכבוד פורים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/3/2008 23:38 לינק ישיר 
וועד הצמצום שע"י התאחדות הקהילות - לכבוד פורים

באקומען אין אימעיל.


וועד הצמצום שע"י

התאחדות הקהילות דברוקלין נעוו-יארק יצ"ו

ב"ה

מיר ווילען דא מפרסם מאכען די תקנות וואס איז באשלאסן געווארען ביי די אסיפת אקרו"ט ביום ד' כי תשא – פורים קטן דהאי שתא תשס"ח, פה גלות אמריקה ארה"ב, צו אוועקשטעלן א קלארן יסוד וויפיל מ'מעג אויסגעבן פאר די פאלגענדע לעבנס-וויכטיגע הוצאות פון די העפטיגע "פארמעסטען" צב"ש: "להמשיך דרכו הקדוש ו"להציל עשוק מיד עשקו" ו"להציל נכסי הציבור מידי יחידים המשתלטים על הציבור", ו"למען הממלא מקום באמת" אדער "למען האמת והיושר" און דעסגלייכן.

 

א. טוענים. עס איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו האבן מער ווי דריי טוענים אויף איין קעיס, אויב איז די דיון אויף די זעלבע שטאט (סיטי בלע"ז) הייסט עס נאך די זעלבע קעיס. עס איז ראטזאהם אז כאטש איין טוען זאל אויך זיין אליינס א בית דין, ווייל טאמער מען דארף חלילה אריינלויפן (היל"ת) בערכאות של עכו"ם "להציל נכסי הציבור" זאל מען נישט דארפן ח"ו אויסגעבן מער געלט אויף א היתר בי"ד.

ב. ליגעל טיעם. עס איז נישט ערלויבט צו צאלן מער ווי זיבען הונדערט דולר ($700) א שעה פאר א לויער, אחוץ אויב מען דארף חלילה גיין אין "אפיעלס קאורט" מעג מען צאלן ביז מאקסימום טויזענט ($1000) א שעה. דער סך הכל וואס מען מעג באצאלן פאר א לויער אויף איין קעיס (עי' סעי' א' הגדר של "קעיס") איז נישט מער ווי פינף הונדערט טויזנט דאלאר ($500,000) פער לויער, פער האלבע יאר. וויבאלד עס איז זייער שכיח צו האבן מער ווי איין לויער אויף א קעיס ווילן מיר קלאר מאכן אז די סך הכל פון אלע לאו פירמס צוזאמען טאר נישט זיין מער ווי פיר און א האלב מיליאן דולר ($4,500,000) פער קעיס.

ג. אפעלירען. עס איז בשום אופן נישט ערלויבט צי אפעלירען מער ווי פיר קעיסעס אויף אמאל. וויבאלד אפעלירען קען זיין בגדר גרויסע הוצאות דהיינו ס'קען גרייכען אין די הויכע ציפערען פון מער ווי הונדערט מיליאן דאלאר, און כאטשיג עס איז דא וואס קענען זיך דאס ערלויבן, מוזן מיר אבער מאכן תקנות וואס איז שוה לכל נפש, פאר אלע קהילות גרויס און קליין, און דערפאר מאכן מיר די יעצטיגע גדרים בלי שום יוצא מן הכלל, דהיינו: אויב די לאיערס געבן כאטש צען פראצענט (10%) שאנסען צו געווינען מעג מען אפעלירען ביז צום העכסטען געריכט פון ניו יארק דהיינו די קאורט אין אלבאני, טאמער מען האט כאטש צוואנציג פראצענט שאנס, דאן מעג מען אויך גיין ווייטער ביז צום פעדעראלן קאורט פונם צווייטן צירקל, טאמער מען קען ווייזען אז מען האט "גאר גרויסע" שאנסען דהיינו כאטש פינף און צוואנציג פראצענט (25%) דאן מען מען גיין ביז(ן בי"ד הגדול) אין "סופריעם קאורט" פון די פאראייניגטע שטאטען, הגם דאס קען אריינציען אין ערנסטע געלטער איז צום האפן אז וויבאלד עס קען דויערען כאטש צען יאר וועט מען עס נאר דארפן צאלן צוביסלעך, אויף אן עפארדעבעל טיים טעיבעל.

ד. נייעם בית מדרש עס איז נישט ערלויבט אויסצוגעבן מער ווי דרייסיג מיליאן דולר מער ווי די שער השוק פארן מקח בכדי עס זאל זיין אויף די זעלבע עוועניו אדער סטריט ווי די אלטע קאנקורירענדע בית מדרש

ה. אויסכאפן. עס מאכט זיך אסאך אז שמועות צירקולירן אז די אנדערע צד וויל אפקויפן א געוויסען בילדינג אדער לאט, און דעמאלטס פארשטייט דאך יעדער אז עס איז זייער נחוץ דאס שנעל אויסצוקויפן, פאר "זיי" האבן ח"ו א געלעגענהייט דאס צו אויסכאפען, ווילן מיר דא קלאר מאכן  אז מען טאר נישט דאס טון אויף מער ווי 5 בילדינגס אדער לאטס אין איין שטאט פער יאר, א אנדערע עקזיט אויפן פאליסיידס טרואוויי אדער דעם 17 האט א הלכה ווי א אנדערע שטאט, דאס זעלבע אויב שניידט דורך א פאבליק הייוועי אינמיטן שטאט, האט דאס א קלארע דין ווי צוויי באזונדערע שטעט.

ו. מידיא רעפרעזנטעטיוו עס קען זיך חלילה מאכן אז די אומות העולם טוען פאלטש אריינטייטשען ווער עס האט געווינען דעם לעצטען געריכט פארמעסט, אדער ווער עס האט געהאט מער מענטשן ביים לעצטן צוזאמקום, דערפאר איז וויכטיג צי האבן א רעספעקטפולן פירם וואס טוט רערפרעזנטירן אונזער צד, מיר גיבן א טויט-ליין ביז יום ה' פרשת האזינו אז די חשובע קהילה פארשטייער זאל אריינברענגען די קאנטראקטס אין אונזער אפיס אז מיר זאלן קענען אנאליזירען וויפיל מען קען און מ'מעג אויף דעם אויסגעבן, קאנטראקטען און אנאליזען וואס וועלען אריינקומען שפעטער ווי דעם דאטום וועלען מיר נישט קענען אין באטראכט נעמען.

ז.  נייע שטעטל טאמער מען מוז בויען נייע שטעטליך אין פארווארפענע שטעט ווי מ'דארף "אויפטהון", אדער כדי צו אפראטעווען "יודישקייט" און עס פארלאנגט זיך אויפדעם "עמערדזשענסי קאמפעינס" טוען מיר קלאר מאכן אז מען טאר נישט פארלאנגען מער ווי פינף מיליאן דולר ($5,000,000) פער קאמפיין פער שטעטל פער יאר.

ח. נסיעות אינמיטן דעם פארמעסט  בכדי די נסיעה זאל קענען געקרוינט ווערן ווי א סוקסעס אין די נאכפאלגענדע מידיא און היידפארק באריכטן, פעלט זיך אויס א גרויסע עולם. דערפאר ערלויבן מיר אויסצוצאלן די טיקעטס פאר אינגעלייט מיט זייערע נשים און קינדער אבער עס איז בשום אופן נישט ערלויבט מיטצוברענגען זקנים העכער די אכציג און קינדער אינטער א האלב יאר (ד"ה אז דאס קינד דארף שוין זיין זעקס חדשים און איין טאג ביז שפעטסטענס דאנערשטיג פון די נסיעה).

ט. באלן פאר די נדיבי עם חכמינו ז"ל זאגן אונז קנאת סופרים תרבה חכמה, כדי אז א יונגערמאן זאל זיך פילען גוט אז ער ווערט געלאדענט צי דעם עקסקלוסיווע מסיבה, מיז עס זיין צוגעשטעלט אויף א מאיעסטעטישע פארנעם, אזוי ווי עס פאסט פאר אזא זיידענע אינגערמאן מיט זיין חשובע בני בית. פארטי פלאנירער זענען נאר ערלויבט אויב ער ארבייט צוזאמען מיטן האטעל נישט מער ווי פיר וואכן פאר דעם "אווענט". אינוויטעשענס וואס ווערן געשיקט פארשטייען מיר אז עס איז וויכטיג זאל זיין געדריקט אויף גליטשיגע קארדבארד פאפיר אבער כדי צו שפארן געלט בעטן מיר נישט צונוצען "וועלקרא" צי פארמאכן דעם קאנווערט, עס איז סתם א געלט פארשווענדעניש און איז גענצליך פארבאטען.

י. רחש געלט פאר די צייטינגען און אויסגאבעס מיר ווילען דא קלאר שטעלן אונזער דעת תורה אז עס איז שטרענג פארבאטן צי האבן קאנטראקטס מיט מער ווי פיר צייטונגען און עלף מאגאזינען אז זיי זאלן נישט שרייבן אויפן אנדערע זייט "כ"ק אדמו"ר מ---- ..... (הקאנקורענציע)", בכל אופן טאר מען נישט צאלן מער ווי פינף און צוואנציג טויזנט ($25,000) פער צייטונג פער יאר.

יא. רבי'שע חתונות און שמחות, אויף דעם פאדערט זיך א באזונדערע זיצונג, וואו דער וועד הצמצום וועט זיך נאכאמאל מוזען באזעצען בכובד ראש, און איבערארבעטען יעדע פרט ופרט, פון אוהלים טענטס און שאטערס, ביז צען מאן בענדס, ווייסע פערד, נסיעות פון "איבער די גאנצע וועלט" צו די שמחה, הונדערטער טאוולען, טויזענטער לעמפלעך, צייטונגען און מידיא, פי. אר. קאמפאניס, יצא עיניך'ס, פארענטשעס וכו', עס ווערט פארלאנגט פון אלע קהילות בכתב נישט שפעטער ווי אסרו חג שבועות הבעל"ט א אפשאצונג וויפיל מ'ברויך האבען פון די אלע זאכען, און וויפיל עס מוז קאסטען - עס זאל קענען הייסען א אמתדיגע "רבישע שמחה" אויפ'ן דרך הבע"ש און זיינע "ריכטיגע" ממשיכי דרכו, און זעלבספארשטענדליך "גרעסער ווי יענעם'ס" למען ישמעו ויראו ולמען ידעו.

יב. און צום שלוס ווילן מיר פרעגן די פשוטי המון עם: צו וואס פעלט ענק דען טאקע אויס מוזיק ביי די חתונה, ענק קענען דאך נוצען א עמ-פי-טרי פלעיער? און אזוי אויך וואס פעלט ענק אויס די אלע שבע ברכות'ן יעדע נאכט מען קען דאך יוצא זיין מיט שבת שבע ברכות אינדערהיים פאר צען מענטשען קרובי המשפחה פסולים לעדות? רבותי שפארטס געלט בכדי עס זאל זיין גענוג געלט פאר די אויבן דערמאנטע עניינים וועט מען בעזר השם קענען אביסל נאכלאזן פון אונזערע שטרענגע תקנות פאר די קהילות פארמעסטען.

מיט שעצונג, 



תוקן על ידי יכול ב- 03/03/2008 23:39:49




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2008 23:41 לינק ישיר 

א מחי,' יפה דברת



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/3/2008 01:07 לינק ישיר 

2 קליינע הערות:

1) כדי נאכמער איינצושפארן די הוצאות וועט קהל בשום אופן נישט איינגיין צו גיין צו דין תורה, אפגעזען פון די אומשטענדן און די טענות.

2) כדי גענצליך צו עלימינירן די אומצאליגע מיליאנען וואס פאדערט זיך אויפצובויען און אנהאלטן א קהילה קדושה בישראל, וועלן מיר מאכן זיכער אז מיר זאלן נישט צולייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער און לאזן אנדערע אויסגעבן זייער געלט בלוט און שווייס פאר צענדליגער יארן לטובת בויען די קהילה, דערנאך ווען אלעס וועט שטיין כלול בהדרו וועלן מיר אלעס צוגנב'ענען בכח הזרוע און מיטן הילף פון אפאר קליינע טשעקלעך פאר געציילטע אונטערגעקויפטע דיינים - דוכט זיך די גרעסטע שפארונג אין קהילה הוצאות וואס איז געזען געווארן אין די היסטאריע !

תוקן על ידי געגאנגען ב- 04/03/2008 1:07:28




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וועד הצמצום שע"י התאחדות הקהילות - לכבוד פורים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext