| נשלח ב-5/3/2008 17:48 |
|
| |
זיי סטראשען מיך מיט "קאנסעקווענצן"
איך וויל פרעגן א פראגע, וואס האלט דער עולם?
לעצטנס האט די הנהלה פון היידפארק וועלכע ארבעטן שווער
לטובת אלע גולשים צופרידנצושטעלן יעדן ווי ווייט מעגליך, געמאכט פארשידענע
שינויים אין דעם פארמאט און אויסשטעל פונעם פארק, טייל זאכן האט איר שוין
מסתמא באמערקט. אין נאמען פון די טויזנטער ליינער און שרייבער דריקן מיר
אויס דאנק און שעצונג פאר די געטרייע הנהלה.
איך שיהי', איינע פון די שינויים איז אז מ'קען זיך ארויפלייגן צו זיין א "חבר הפורום", וואס מ'קען זען אויף די זייטן פונעם פארום.
האב איך געוואלט זיכער מאכן אז יעדער ווייסט אז איך (מיט ארגינעלער) בין דער פארטרעטער פון די ארונים אויף הייד פארק, האב איך זיך איינגעסיינט אלץ "חבר" אינעם שכינותדיגע פארום, אזוי אז יעדער וואס גייט דארט אריין זאל קענען זען מיין הויכגעשעצטע נאמען פיגורירן אויף די לינקע זייט פון זייער פארום.
צו מיין אויסערגעווענליכע צער און עגמת נפש האבן זיי עס אראפגענומען.
אזוי איז געגאנגען היינט צופרי די פייט אהין און צוריק, איך האב עס ארויפגעלייגט און זיי האבן עס אראפגענומען.
ווען זיי האבן געזען אז מיט גוטנס פארשטיי איך נישט, איז געקומען אן אפיציעלע "מעלדונג פון די הנהלה" מיט די לעדערהעט פון די הנהלה, און די חתימה. בקיצור געהעריג אפיציעל, איך וועל נישט קענען קומען אין קארט טענה'ן אז איך ווייס נישט דערפון. זיי האבן עס געמאכט אויף די לעגאלסטע אופן וואס שייך.
דער מעלדונג ליינט זיך אזוי:
לעצטנס האט די הנהלה פון היידפארק וועלכע ארבעטן שווער
לטובת אלע גולשים צופרידנצושטעלן יעדן ווי ווייט מעגליך, געמאכט פארשידענע
שינויים אין דעם פארמאט און אויסשטעל פונעם פארק, טייל זאכן האט איר שוין
מסתמא באמערקט. אין נאמען פון די טויזנטער ליינער און שרייבער דריקן מיר
אויס דאנק און שעצונג פאר די געטרייע הנהלה.
איך שיהי', איינע פון די שינויים איז אז מ'קען זיך ארויפלייגן צו זיין
א "חבר הפורום", וואס מ'קען זען אויף די זייטן פונעם פארום. מיר אין די
הנהלה האבן דן געווען דערויף און געקומען צו די החלטה, צוליב געוויסע
סיבות, אז מיר קענען נישט און מיר וועלן נישט ערלויבן פאר קיינעם זיך
אויפצושרייבן אלס חבר הפורום.
ביטע נעמט צו קענטעניס די פאליסי פון די הנהלה. מיר אנטשולדיגן זיך
פאר די אומאנגענעמליכקייטן אבער עס איז א באשלוס פון אונז אלע, און ווי
יעדער באשלוס וועט דאס שטרענג פארסירט ווערן. ווער ס'פארשטייט נישט ביים
ערשטן מאל זאגן וועט אויסשטיין די קאנסעקווענצן.
מיט אנטשולדיגונג.
בשמחה תמיד, אין נאמען פון אלע חברי ההנהלה.
בקיצור איז דאס טייטש אז זיי ווארענען מיך אז דאס גייט שטרענג פארסירט ווערן, און איך גיי ליידן קאנסעקווענצען. קודם פארשטייט זיך וועלן זיי פראבירן מיך צו רופן צו דין תורה, נאכדעם אויב עס וועט נישט גיין וועלן זיי מוזן בעל כרחך גיין אין געריכט, און זיי גייען פייערן נצחון אויף מיר.
וויל איך פארשטיין וואס עס מיינט "קאנסעקווענצן", וואס מיינט די ווארט? פון וואו שטאמט עס? איך פלעג כסדר ליינען אזאלכע אזהרות אין דער בלאט אויף די כת ההולכים בערכאות, און אייביג האב איך מיר זייער דערשראקן דערפון, איך האב נישט פארשטאנען פארוואס די זאליס ציטערן נישט זיך אנצוהייבן מיט אזאלכע בערן. און דא פלוצלינג בין איך גאר צו וועם אזא סארט אזהרה איז געוואנדן.
איך ווייס נישט וויאזוי צו האנדלן, איך האב נאכנישט קיין עקספיריענס מיט אזאלכע שרעקעדיגע אזהרות.
ביטע העלפטס מיר ארויס!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2008 17:50 |
|
| |
נ.ב. דערווייל, ביז מיר קומען צום עמק השוה, איז "שטאטוס קווא". און מיין נאמען פיגורירט געהעריג אלץ א חבר אין יענע פארום אויף די לינקע זייט. כגירא בעינא דשיטנא.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2008 18:06 |
|
| |
גערעכט, איך האב מיך שוין אריינגעסיינט דא אויך. די עיקר וואס איך האב געוואלט דארט איז ווייל דארט האב איך געהאלטן אז אזויווי זיי נעמען אראפ ווער עס לייגט זיך ארויף, וועט זיין זייער אויגנפארכאפענד ווען נאר מיין נאמען וועט פיגורירן דארט. און עס איז זייער גוט פאר מיין עטענציע, צו פארשטיין אז איך (מיט ארגינעלער) פארטרעטן די ארונים אויף הייד פארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2008 18:20 |
|
| |
דרך אגב, פאר די וואס ווייסן נאכנישט, איך בין דער פאטרעטער פון די ארונים אויף הייד פארק. ווי דער ניק ארגינעלער שרייבט דאס אליינס דא http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2296793&whichpage=7#R_5 (בלייבט ביי די ערשטע תגובה אויבן ווען דער לינק עפנט זיך, סקרולט נישט ארויף אדער אראפ)
די ביסט איינער פון אונזערע פארטרעטער דא אויף הייד פארק
און ווען די נעמסט א שטעלונג קוקט די גאס אן אז סאטמער האט גענומען א
שטעלונג
ממילא איז מיר זייער וויכטיג אז מיין נאמען זאל פיגורירן אלץ א חבר אין יענע פארום.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2008 17:02 |
|
| |
איך האב אנגעפרעגט די הנהלה פון הייד פארק וויאזוי צו האנדלן ווען זיי
נעמען אגאנצן צייט אראפ מיין נאמען. האבן זיי מיר געבעטן אז כאטש טעכניש
קען איך ארויפלייגן דארט מיין נאמען אפילו די הנהלה איז נישט מסכים, -און
אזוי איז לכתחלה אויסגעשטעלט דעם סיסטעם- זאל איך עס אבער נישט טון, כדי
זיי נישט צו שאפן אזויפיל עגמת נפש. (די הנהלה פון יענע פארום איז אזא
יוסי בראך סטייל ארוני וואס סטראשעט מיטן ערגסטן און ווייסט נישט וויאזוי
אויפצונעמען קיין דורכפעלער).
דעריבער מעלד איך דא, אז נאך צוויי טאג זיך שלאגן אהין און צוריק,
ארויפלייגן מיין נאמען און אראפנעמען, וועל איך כדי נישט צו שאפן קיין
קאפוויי פאר די געטרייע הייד פארק הנהלה וועלכע וועלן מוזן ליידן פון די
געוויינעריי פון בשמחה'לע טאג טעגליך, טון ווי זיי האבן מיר געבעטן, און
מער נישט ארויפלייגן דארט מיין נאמען.
*
און איך האב א באזונדערע פרייליכע מעלדונג פאר די וואס צצציטטטערררררןן
בבבברררררררררר..... פון בשמחה'לע, און מוזן רעדן מיטן גרויסן מאס רעספעקט
פארררר די מננהההההלללללללל.
איך וועל ציטירן פון יענע אשכול וויאזוי מען רעדט צו דער הויכגעשעצטער
מנהל וואס גייט אין פייער פאר "פרייהייט פון אויסדרוק" ביז עס טאטשט זיין
רעספעקט, מיט אזא אימה ופחד, אז אלע קינדערלעך זיצן שיין און קיינער געט
נישט קיין מוק....
"אין נאמען פון אלע גולשים [יעדער איז מסכים, יא?] ווילן מיר זיך באדאנקן...
פארוואס האט קיינער נישט געענטפערט? העלאו? יעדער איז מסכים??? יא???? קינדערלעך יעצט מעג מען רעדן! אבער פארשטייט דעם רמז, איינער וואס רעדט קעגן וועט מען אים אפמעקן און חוסם זיין, אבער יעדער איז מסכים, יא?
איך וויל אויך זייער שטארק באדאנקען די חשובה מנהלים פאר
מיך אריינלאזן דא אין פורום אין איך האב נישט קיין שווער הארץ אויף זיי
אפילו זיי האבן געמעקט פין מיר דא אין דארט אבער מנהסתם האבן זיי געהאט א
ריכטיגע סיבה פארדעם.
ברררר...ר.ר.ר..ר.... א אימה ופחד... מיטן גרעסטן מאס רעספעקט, זיי אויסגערעכנט מיט יעדעס ווארט. ח"ו עס זאל זיך נישט פארשטיין קעגן בשמחה'לע. איך ווארן דיך!
וויל איך אייך מעלדן אז עס עקזיסטירט א פארום ווי "אנשי שלומינו" ווי דער פרייהייט פון אויסדרוק איז אין פולן קראפט, מען דארף נישט אויסרעכענען יעדעס ווארט אז עס זאל שטימען מיט די אנשאויאונגען פון די "הנהלה". קיינער צווינגט אייך נישט צו גיין וואוינען אין איראן אדער אין פאקיסטאן ווען איר קענט וואוינען אין אמעריקא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2008 16:48 |
|
| |
פארוואס שטערט זיי אז נעמען גייען ארויף?
|
|
|
|
|