ר' חיים יושע מבאבוב'ס בריונים בא'גנב'ענען קהל'ס אפיס
מיט גרויס שטוינונג און שאק נעמט מען אויף די נייעס אז די בריונים פון ר' חיים יושע מבאבוב האבן זיך די נאכט איינגעבראכן אין אפיס פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אין מאנסי און וואנדאליזירט דעם ארט. זיי האבן אויסגעפלינדערט דעם גאנצן ארט, אויסגעשאסן די לעקטער, אנגעשמירט די ווענט, און אוועקגעגאנגען פון דארט מיט טויזנטער דאלאר ווערט אין סחורה, אריינגערעכנט קאמפיוטערס, קאפי מאשינס, פרינטערס, א.א.וו.
די שאדנס זענען געוואלדיג.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן.
_________________
תוקן על ידי - ארענדאר - 11/03/2008 0:49:44
כאפטס אריין א וואדקע
אהרן נחום
איך זעה די האסט נאך נישט אפגעמאכט וואס די ביסט און אן אנדער אשכול ביסטו מודה אז ס'איז געווען אן העכסט געלינגן שבת
עני וועי
מילתא דעבדי לגליא לא משקריא אינשי
אהרן נחום איך האב היינט גערעדט צו איינער וואס לערענט און קלויזענבורג כולל וואס זייער ביהמ"ד איז אינטער די אפיס פון קהל יטב לב
און ער זאגט מיר אז די גאנצע כולל האט היינט געזעהן דארט וואס די חיימשוינים חיית האבן וואנדעלעזירט און געגאנבט
ווי אויך איז די פאליציי מיט די שעריף און די דיטעקטעוו אריין און כולל אויס פרעגן אויב איינער האט עפעס געזעהן אדער באמערקט
אהרן נחום, פון וואס רעדסטו? וואסערע מעשיות האבן די חיימשונים פאבריצירט?
וואס עס וואונדערט מיר יא איז אז דער שבת האט אזוי צושפילט די חיימשונים אז זיי האבן געמוזט זיך באגיין מיט אזעלכע צודרייטע טאקטיקן ווי זיך איינברעכן אין דעם אפיס פון קהל יטב לב.
ווי איך הער פון גוטע קוועלער האט די פאליציי די פינגער אפדרוקן פון דעם איינברעכער און מיר האפן אז בקרוב וועט זיין אן ארעסט, למען ישמעו ויראו.
_________________
נשלח ב-11/3/2008 04:54
אזוי אויסגעשפילט הערט זיך צוריק דער שבת אז מען דארף שוין פאבריצירן אזעלעכע מעשיות?
נשלח ב-11/3/2008 04:19
איך הער פון איינער נישט קיין סאטמארע און מאנסי וואס ארבעט די נעקסט טיר פון קהלס אפיס אז ס'איז געווען דארט אן איבערקערעניש די גאנצע אפיס איז געווען איבערגדרייט
ער זאגט מיר אויך אז ס'זענען געווען דארט היינט הויכע דעטעקטיוון פון די לאקאלע פאליס, ראקלענד קאונטי שעריף און די סטעיט פאליס. זיי נעמען זייער ערנסט די קעיס
תוקן על ידי drudge08 ב- 11/03/2008 4:41:25
נשלח ב-11/3/2008 01:00
דאס איז א נאך א רינגעלע אינעם לאנגען קייט פון טעראר וואס ר' חיים יושע מבאבוב פירט אן קעגן קהילת סאטמאר-מאנסי.
1. ער האט אריבערגערופן דעם ארויסגייענדן בעה"ב פונעם נייעם בנין פון קהיט"ל דסאטמאר און אים פארשאלטן, אז ער איז דעם דברי חיימ'ס אן אייניקל און אויב ער ווארפט נישט ארויס סאטמאר פון זיין בילדינג וועט ער האבן א שווארצן סוף. (פארשטייט זיך אז דער קאלטער ליטוואק האט זיך אויסגעלאכט פון די קללות, אבער איז געווען שאקירט ביז גאר ווי נידעריג און געמיין א מענטש קען פאלן צוליב תאוות השררה.)
2. מסירות טאג טעגליך צו דעם טאון אף רעמעפא אז מען בויט אומלעגאל, פירנדיג צו הונדערטער טויזנטער דאלאר שאדנס.
3. אנרופן שווערס און טאטעס פון יונגעלייט, צוזאמצורעדן כל דבר אסור אויף זייערע קינדער און איידימער, פאר'ן חטא פון זיין חסידי רבינו שליט"א. (דאס איז שוין חוץ די דורכגעפאלענע מערכה וואס זיי האבן געפירט צו פארוואנדלען די חסידים פון רבינו שליט"א אין בני יואל, און ארויסווארפן זיי און זייערע קינדער פון אלע מוסדות און בנינים, וואס דאס האט געפירט צו די גרינדונג פון איינס פון די שענסטע סאטמארע קהלות אויף די וועלט: קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנסי.)
4. שיקן זיינע בריונים צו טעראריזירן רבנים וועלכע פלאנען צו קומען צו די ריזיגע מסיבה מוצ"ש.
5. שיקן זיינע בריונים צו טעראריזירן די עסקנים וועלכע גרייטן צו דעם ריזיגן מעמד קידוש השם וואס האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופו, פאריגן שבת.