בית פורומים אנשי שלומינו

"בהיכלא דמלכא"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/3/2008 15:20 לינק ישיר 
"בהיכלא דמלכא"

בס"ד

 

דינסטאג:

 

ביינאכט האט זיך כ"ק מרן רבינו שליט"א משתתף געווען ביי די שמחת שבע ברכות בבית הרבני הנגיד המרומם לפני מלכים ושרים יתיצב מוה"ר יונתן יוסף מענצער הי"ו אין זאל פון קאנטינענטאל. דער רבי שליט"א האט דארטן געטרונקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און די חשובע מחותנים שיחיו.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2008 15:21 לינק ישיר 

מיטוואך:

 

מיטוואך ביינאכט איז דער רבי שליט"א זיך געגאנגן באטייליגן ביי די שמחת הבר מצוה פון הבחור שלום דוב נ"י בן הרבני הנגיד ר' משה שמילאוויטש הי"ו ממקורבי בית רבינו שליט"א ומגדולי עסקני מוסדותינו וקהלתינו הק', וואס איז פארגעקומען אין קראסנא זאל. דער רבי שליט"א האט אויסגעהערט דעם פשט'ל פונעם בר מצוה בחור און נאכדעם געטרונקן לחיים און געוואונטשן פארן חתן הבר מצוה, און פאר ר' משה'ן הי"ו און פאר די חשובע זיידעס שיחי'.

***

נאך מעריב איז הגה"צ האדמו"ר רבי משולם פייש גינזבורג מחוסט שליט"א געקומען באזוכן ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א אים לאדענען צו די חתונה פון זיין זוהן הבחור החתן נ"י. עס האט זיך דערביי פארצויגן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.  

***

שפעטער איז דער רבי שליט"א איז געגאנגן מנחם אבל זיין ביי הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן הי"ו ואחיו הר"ר הערשל הי"ו וואס זענען געזעצן שבעה על פטירת אמם ע"ה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2008 15:21 לינק ישיר 

דאנערשטאג:

 

דאנערשטאג צופרי איז דער רבי שליט"א געפארן דאווענען אין די ישיבה גדולה, וואו דער רבי שליט"א האט גומל געבענטשט. נאכן דאווענען איז געווען א מחזה הוד זיך צוצוקוקען וויאזוי די הונדערטער בחורים גייען אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א וואס האט יעדן גאר ווארעם אפגעענטפערט.

***

פארנאכטס איז הגה"צ האדמו"ר מבריזודוביץ שליט"א געקומען געקומען באזוכן ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א אים לאדענען צו די חתונה פון זיין טאכטער וואס קומט פאר די וואך. עס האט זיך דערביי פארצויגן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים. 

***

ביינאכט איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער מעמד עצרת רבתי למען קרן השביעית, מחזק צו זיין די שומרי שמיטה אין ארצינו הק'.

דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און האט הערליך ארומגערעדט איבער דעם חובת השעה פון ארויסהעלפן די שומרי שמיטה זיי זאלן קענען היטן שמיטה אזוי ווי די תורה הק' איז מחייב.

 

ביים סיום פון די דברות קודש האט דער רבי שליט"א געזאגט א שיינעם געדאנק אויף די קשיא אז די תורה זאגט דאך א הבטחה "וציותי את ברכתי" פאר אלע וואס וועלן היטן שמיטה, מיט א הקדמה מיט וועלכן דער רבי זי"ע פארענטפערט אין ספה"ק ויואל משה די קשיא פון מהרש"א אין מס' שבת אויף דעם וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט ח"ו שלא תשתכח תורה מישראל שנאמר כי לא תשכח מפי זרעו, אז ס'שטייט דאך אין א אנדערע גמרא כמה גדולים מעשי ר' חייא ווייל אלמלא הוא נשתכח תורה מישראל, אז דאס וואס ר' שמעון בר יוחאי האט געזאגט ח"ו שתשתכח תורה מישראל מיינט אז ס'וועט אייביג זיין צדיקים וואס אלמלא הוא נשתכח תורה ישראל, ווי די גמרא זאגט ראה הקב"ה צדיקים שמועטין הם, עמד ושתלן בכל דור ודור.

 

האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט, דער אייבירשטער האט טאקע געזאגט "וציויתי את ברכתי" , אבער א חלק דערפון איז בדרך הטבע, און דאס מיינט אז עס וועלן אייביג זיין אידן וואס וועלן ארויסהעלפן און וועלן זעהן צו זיין א חלק פון מחזק זיין די שומרי שמיטה.

 

אין די ספרים הקדושים שטייט אז ווען דער אייבירשטער שיקט אראפ א ברכה דורך א צינור, בלייבט אויך איבער עפעס א השפעה פארן צינור – האט דער רבי שליט"א געזאגט – אויב מיר וועלן זיין א חלק פונעם צינור פון וציותי את ברכתי, און זעהן אז די שומרי שמיטה זאלן קענען מקיין זיין די מצוה פון שמיטה מיט הרחבת הדעת, מיט א אמת'ע שמחה און עס זאל זיי אנקומען אביסל גרינגער, דעמאלטס וועלן מיר זוכה זיין צו זיין א שותף אין דעם "וצויתי את ברכתי."

 

דער רבי שליט"א האט דערנאך מסיים געווען מיט א ברכה: "דער אייבירשטער זאל העלפן עס זאל מקוים ווערן דעם וצויתי את ברכתי, פאר אלע אידן וואס זענען שומרי שמיטה און פאר אלע אידן וואס זענען מחזק די שומרי שביעית. דורך דעם צינור פון וצויתי את ברכתי זאל דער אייבירשטער משפיע זיין השפעות טובות, מען זאלן שוין זוכה זיין צו דעם ריכטיגן ושבתה הארץ שבת לה', אין ספרים הק' שטייט אז סוף שנת השמיטה איז מסוגל צו די גאולה, פונקט אזוי ווי איז מעין עולם הבא און עס איז א הכנה לגאולה, אזוי אויך איז שמיטה א הכנה לעתיד לבוא, זאל טאקע דער אייבירשטער העלפן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו".




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2008 15:22 לינק ישיר 

שבת קודש:

 

שבת קודש פרשת פקודי שקלים ראש חודש אדר ב' איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט בחצרות קדשינו בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א. פרייטאג צונאכטס זיך צוזאמגעקומען א ריזיגער ציבור אפרעכטן די תפילות בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א טראץ דעם שווערן רעגנדיגער וועטער. עס האט זיך אנגעזעהן א שיינע צאל געסט פון קרית יואל, בארא פארק און מאנסי, וואס זענען זיך געקומען מסתופף זיין ביים רבי'ן שליט"א לכבוד שבת שקלים און ראש חודש אדר.   

 

דער רבי שליט"א האט כדרכו יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מנחה. פאר קבלת שבת האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א מנהל רוחני בתלמוד תורה סניף טרופ עוועניו מיט וויכטיגע ווערטער לטובת החזקת מוסדותינו הק' אין קרית יואל, וואס פארמאגט שוין היינט צוטאגס העכער פופצן הונדערט קינדער בליעה"ר, אין בעפארברייטונג צום קומענדיגן דינער וואס איז אפגעראכטן געווארן מוצאי שב"ק אין זאל פון עטרת אברהם.

 

נאכדעם איז געהערט געווארן א פלאמפייערדיגע דרשה פון הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"צ דקהלתינו הק', איבערן נחיצות פון שטיצן דעם הייליגן מוסד תלמוד תורה דרבינו יואל הספרדים בעיר בני ברק יצ"ו, וואס איז נישט נהנה קיין שטיצע משלטון המינים און ראנגלט זיך אין שווערע חובות, אפעלירנדיג צום ציבור ארויסצוהעלפן מיט שיינע סומעס. מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' וואלף לעפקאוויטש הי"ו מאנ"ש אין קרית יואל.

 

ביים שולחן הטהור פרייטאג צונאכטס וואס איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט "כל מקדש"; הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א פון קרית יואל, משב"ק אצל רבינו הקדוש זי"ע ואצל רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, און מיט "מנוחה ושמחה" האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' דוד גראס שליט"א משווייץ – בארא פארק.

 

נאך די דברי תורה האט דער רבי מכבד געווען מיט ק-ה אכסוף - הרה"ח ר' שמואל אהרן דייטש הי"ו; מיט "ק-ה רבון עלם" א גאסט פון ירושלים הרה"ח ר' צבי ראובן דאווידאוויטש שליט"א מחשובי חסידי דושינסקיא שליח נאמן פון ביד"צ העדה החרדית למען שומרי השמיטה בארצינו הק'; "לקל אשר שבת" הרה"ח ר' יחיאל מיכל שלעזינגער הי"ו; מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ רבי חיים צבי ט"ב שליט"א אב"ד ור"מ דקהלתינו בירושלים עיה"ק.

 

נאך ברכהמ"ז איז פארגעקומען דער שמחת שלום זכר אצל בן הנולד פון הרבני הנגיד ר' יעקב הירש הי"ו, יו"ר וועד הנהלת לפאר ולרומם בבית מדרשינו הגדול. דער רבי שליט"א האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה ר' יעקב הי"ו.     

 

לכבוד שבת שקלים און ראש חודש האט זיך שבת צופרי אנגעזעהן ביי די תפילות אין בית המדרש הגדול א ריזיגער ציבור אנשי שלומינו. דער בית המדרש איז געווען פול-געפאקט מקצה אל הקצה און דאס דאווענען איז געווארן אפגעראכטן מיט גרויס ווארעמקייט.

 

פסוקי דזמרה האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' יצחק שטוהל שליט"א. תפלת שחרית האט דער רבי שליט"א כדרכו געדאווענט פארן עמוד מיט גרויס התעוררות, ספעציעל האט דאס בית המדרש געברענט אין גרויס התלהבות ביים זאגן די פסוקי הלל. מיט הוצאת הספרי תורה, איז נתכבד געווארן הרה"ח מרדכי צבי גראס הי"ו פון ירושלים מנהל המוסד שרה באהל באה"ק, הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן הי"ו מנהל בית רחל דרבינו יואל פון קרית יואל, און הרה"ח ר' משה הערש קליין הי"ו מנהל בת"ת דרבינו יואל בקרית יואל.

 

ביי קריאת התורה האט עולה געווען: כהן – הרה"ח ר' מנשה בירנבוים שליט"א; לוי – החתן ר'  חיים שלמה נ"י ב"ר שמואל יודא לעווינגער הי"ו חתן הרה"ח ר' מרדכי צבי גראס הי"ו מעיה"ק ירושלים; שלישי – באווארפן של החתן יודא יעקב אליעזר נ"י בן מוה"ר יושע זאב יאקאבאוויטש חתן מוה"ר יושע אלעזר קליין הי"ו פון קרית יואל; רביעי – באווארפן של החתן יואל נ"י ב"ר משה דוד ראזנער הי"ו חתן מוה"ר שלום זושא קעסלער הי"ו; חמישי – החתן משה ב"ר וואלף באש הי"ו חתן מוה"ר שמואל דוד בירנבוים הי"ו פון קרית יואל; שישי – הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו בירושלים שליט"א; החתן מאיר נ"י ב"ר אברהם ברוך גאדינגער הי"ו חתן מוה"ר ישראל אברהם קרויס הי"ו.

 

הוספות - מוה"ר משה לייב בר"מ שוויממער הי"ו, קריאת שם לבתו הנולד לו למז"ט; מוה"ר בנציון לאנדא הי"ו, קריאת שם לבתו הנולד לו למז"ט; האברך מוה"ר מענדל וואלף גראס הי"ו, קריאת שם לבתו הנולד לו למז"ט; האברך מוה"ר יונתן ווייס הי"ו, קריאת שם לבתו הנולד לו למז"ט; הרבני הנגיד ר' מענדל שוויממער שליט"א ממנהלי מוסדותינו הק' בעיר בארא פארק; הרבני הנגיד ר' שלמה מיכל ראזנער הי"ו מראשי קהלתינו ומוסדותינו הק' בקרית יואל; הרבני הנגיד ר' אברהם ברוך גאדינגער הי"ו; הב' שלום דוב בן מוה"ר משה שמילאוויטש הי"ו מנאמני בית רבינו שליט"א ומגדולי עסני מוסדותינו קהלתינו הק'; האברך מוה"ר יחיאל משה גאדינגער הי"ו;

 

אחרון - הרבני הנגיד ר' משה מנחם מענדלאוויטש מחשובי אנ"ש בעיר בארא פארק; ראש חודש - הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א; מפטיר-שקלים האט כנוהג עולה כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

הגבה אויפן ערשטן ספר - הרה"ח ר' אלי' דייטש שליט"א, און גלילה הרה"ח מוה"ר יושע זאב יאקאבאוויטש הי"ו; הגבה אויפן צווייטן ספר - מוה"ר טובי' פליישמאן הי"ו פון בארא פארק, גלילה – מוה"ר אהרן ווייס הי"ו פון בארא פארק; הגבה אויפן דריטן ספר – הרה"ח ר' ישראל אברהם קרויס הי"ו, גלילה מוה"ר גרשון טענענבוים הי"ו.        

 

תפילת מוסף האט דער רבי שליט"א פארגעדאווענט מיט גרויס ווארעמקייט און השתפכות הנפש,  ווען מען האט כנהוג געזינגן די הייליגע פיוטים "אור פניך אדון נשא" אויפן ניגון התעוררות המקובל פון הרה"ק ר' הערשעלע רימאנובער זי"ע.      

 

שלש סעודות בעידן רעוא דרעוין איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התעוררות און דערהויבנקייט ברוב עם הדרת מלך. ביי תפלת מנחה איז מכבוד געווארן מיט כהן – מוה"ר אלחן זאב גליק הי"ו; לוי – מוה"ר שמואל יודא לעווינגער הי"ו; שלישי – הרבני הנגיד ר' חיים הערש לעפקאוויטש הי"ו פון בארא פארק; גלילה – הרה"ח ר' חיים מאיר הכהן סאנדער הי"ו פון קרית יואל.

 

בשעת די דברי תורה האט דער רבי שליט"א א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי מוסר והתעוררות. ביים בענטשן האט דער רבי געזאגט שבע ברכות פאר החתן חיים שלמה לעווינגער הי"ו.

***




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2008 15:22 לינק ישיר 

מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען דער דינער השנתי לטובת מוסדות הק' ויואל משה פון קרית יואל אין די זאלן פון עטרת אברהם, וואו עס אזי זיך צונויפגעקומען א גרויסער ציבור אנשי שלומינו תושבי וויליאמסבורג מחזק צו זיין און ארויסצואווייזן סאלדיאריטעט מיט די מוסדותינו הקדושים המתנוססים לשם ולתפארת בעיר קרית יואל יצ"ו.

 

דער יו"ר המעמד איז געווען מוה"ר שרגא פאזען הי"ו פון קרית יואל. עס איז דערביי אויך געהערט געווארן דרשות פונעם אורח הכבוד הרבני החסיד ר' וואלף פריעדמאן שליט"א, און פון הרה"ח ר' שלמה יעקב געלבמאן הי"ו.

 

באזונדער האט שטארק אויסגענומען ביים פארזאמעלטן ציבור די פלאמפייערדיגע ווערטער פונעם נואם הכבוד הגאון הצדיק אבד"ק שארמאש שליט"א פון קרית יואל - איינע פון די עלטערן פון מוסדותינו הק' - וואס האט גערעדט בשבחם פון די מוסדות וואס בליען בליען און וואקסן לשם ולתפארת ולתהלה.

 

א שטילקייט האט געהערשט בשעת דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש לרגל המאורע. דער רבי שליט"א האט מיט שיינע הקדמות ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון מחזק זיין מוסדות הק' אין וועלכן עס ווערן נתחנך תינוקות של בית רבן וואס טראגן אויף זיך דעם צלם אלקים.

 

דערנאך האט דער רבי אויסגעשמועסט די נחיצות פון העלפן די הייליגע מוסדות הק' פון קרית יואל, אויסרימנדיג דערביי דעם געוואלדיגן כח הצדקה וואס ליגט איינגעבאקן אין אנשי שלומינו, אז הערשט יעצט קומט פאר א גרויסע געלט אקציע לטובת קרן השביעית, און דאס זעלבע קומט פאר נאכאנאנד מסיבות פאר מוסדות און פריוואטע צוועקן אבער ישראל קדושים נתבעים ונותנים. ובזכות זה - האט דער רבי פארענדיגט מיט א ברכה לכל הנאספים - וועט יעדער געבענטשט ווערן בכל מילי דמיטב.         

 

לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן איז דער דינער געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה און עס איז אריינגעקומען גאר שיינע סכומים לטובת מוסדותינו הק' בעיר קרית יואל יצ"ו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2008 20:42 לינק ישיר 

א גרויסע ישר כוח פלעטרעיט אויב איך מעיג פרעגען צו וועלעכע שמחה זענען הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן הי"ו מנהל בית רחל דרבינו יואל פון קרית יואל, און הרה"ח ר' משה הערש קליין הי"ו מנהל בת"ת דרבינו יואל בקרית יואל געקומען דאווענען אין ראדני




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2008 15:39 לינק ישיר 






תוקן על ידי flatrate ב- 18/03/2008 16:29:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2008 16:29 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2008 16:30 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2008 16:30 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2008 16:31 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2008 16:32 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2008 19:00 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל: בילד בי די קאלובער חתונה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2008 07:57 לינק ישיר 

אפשר קען מען דעם קאלום אנהאלטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אנשי שלומינו > "בהיכלא דמלכא"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext