יובל השלשים פון קרן הצלה
לויט א מעלדונג אינעם נייעם צייטונג "יום חדש" וועט ירושלימ'ער רב קומען באזוכן אין אמעריקע אינאיינעם מיטן ראב"ד ירושלים נאך שבועות צוליב דעם "יובל השלשים" פון קרן הצלה.
אין מיינע אויגן וועט עס אונטער די אומשטענדן זיין יצא שכרו בהפסדו, אויב א נארישע קול קורא פאריגע וואך האט געקענט אזוי אויפשאקלען א שטאט, וואו וועט מען שוין אנקומען מיט אזא גרויסע מערכה ווי "קרן הצלה"? די היגע סאטמארע פאליטיק וועט בדרך הטבע נישט ערלויבן קיין סוקסעס פאר אזא געלט זאמלונג. חוץ אפשר אויב ס'וועט זיין צוויי "קרן הצלה" דינער'ס?
|
|