טויזנטער חסידים האבן זיך באטייליגט ביי די יארצייט סעודה לרגל יומא דהילולא פון רבינו הקדוש זי"ע. דינסטאג נאכט אור ליום י"ב אדר – אין דעם זאל "אולם הגדול".
די דרשה פון דעם ראש הקהל הרב אייזיק דייטש שליט"א
ברשות כ"ק אדונינו מורינו ורבינו שליט"א, מורי ורבותי!
מיר שטייען דא היינט אינעם דריטן יומא דהילולא פון דעם הייליגן רב ז"ל - שוין דריי יאר אדורך זייט דעם ביטערן טאג ווען מיר האבן פארלוירן אונזער קרוין – אבער דער רב ז"ל שטייט אונז נאך אלע פאר די אויגן, - און דאס געשטאלט פון דעם איש אלוקים טוט נאך היינט אריינשיינען א ליכטיגקייט אין אונזערע הערצער ווען מיר טוען זיך מצייר זיין דמות דיוקנו - און מיר זענען ממשיך בדרכיו הקדושים תחת דגלו פון ממלא מקומו כ"ק רבינו שליט"א וועלכער באלייכט אונז ווייטער דעם אלטן דרך, און פירט אן מיט די הייליגע קהלה והמוסדות, אינאיינעם מיט הגה"צ אבד''ק דקהלתינו שליט"א וועלכער איז משמש בנזר הרבנות און שטייט בראש המוסדות.
אזוי איז אויך - רבינו זי"ע בגנזי מרומים - איז ווייטער עומד ומשמש פאר אלע וואס זענען מקושר צו אים, - אזוי ווי ער האט צוגעזאגט אז ער וועט אונז קיינמאל נישט פארלאזן, און ווי מיר זעען טאקע די אויסטערלישע וואוקס פון די קהלה אין די מוסדות וועלכע ווערט באגלייט מיט גרויסע סייעתא דשמיא. כדרכו בקודש פון דעם הייליגן צדיק וועלכער האט בחיים חיותו באוויזן ענינים שלא כדרך הטבע, ווערט דאס אויך נמשך לאחר פטירתו אויפן זעלבן אופן - למעלה מדרך הטבע.
ובפרט היינט ביומא דהילולא ווען די הייליגע נשמה האט אן עלי' במעלות הצדיקים, שענקט דער צדיק פרישע השפעות טובות פאר יעדן איינעם בכלל ובפרט, כמבואר בספה"ק אז עס איז אן עת רצון פאר די אלע וועלכע האלטען זיך נאנט מיטן צדיק.
רבינו שליט"א איז כסדר מעורר אז א יומא דהילולא איז א "יומא דחושבנא", א זמן פון חשבון הנפש. – מען קען אפשר זאגען אז א יומא דחושבנא איז א טאג וואס מען ציילט די טעג און די יארן, - היינט ווען מיר שטייען יעצט ביים דריטן דינער פון "איחוד מוסדות באבוב", איז די צייט געאייגענט צו מאכן א שטיקל חשבון מיט א בליק אויף צוריק, און ארויסברענגן דעם ספעציעלן משמעות פון "דריי יאר בויען מוסדות".
דריי יאר איז א חזקה! – חז"ל זאגען אז "חֶזקַת שָלֹש שָנים מיום ליום" - אין די ערשטע דריי יאר האט מען אוועקגעשטעלט "דער פודאמענט" – אין די פארלויפענדע דריי יאר זענען געבויט געווארן די יסודות פון די ריזיגע פעסטונגען פון תורה וחסידות דאהי און איבער די גאנצע וועלט.
אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט: - א "יסוד" דארף זיין צוזאמגעשטעלט פון "מסירת נפש" - ווייל אז א זאך זאל האבן א קיום, דארף דאס זיין געגרינדעט מיט "מסירת נפש".
- טייערע אידן! דאס איז דער הצלחה פון די פארגאנגענע דריי יאר - איין שטיק "מסירת נפש".
די יסודות פון אונזערע מבצרי התורה והחסידות איז געגאסן געווארן מיט בלוט און שווייס און מיט איבערמענטשליכע כוחות פונעם גאנצן עולם צוזאמען, - יעדער יחיד ויחיד האט פשוט מקדיש געווען דאס הארץ, און מיט דעם געבויט דעם שטארקן פונדאמענט שלא ימוט לעולמים, - עס איז צוזאמגעשטעלט געווארן מיט פנימיות'דיגע כוחות פון "מסירת נפש" וועלכע יעדער איינער האט פון זיך אוועקגעגעבן כל חד לפום דרגא דילי'
נישט אומזינסט זעהט מען ב"ה אזא הצלחה צווישן די ווענט פון אונזערע מוסדות, - אנגעהויבן פון די תלמוד תורה - די ישיבה קטנה כרם שלמה - די מתיבתא - און די כוללים, וועלכע אלע אן אויסנאם בליען לשם ולתפארת.
מיר זענען געגאנגען מחיל אל חיל, און מען האט צוגעשטעלט צוויי הערליכע קעמפס פאר די זוממער חדשים.
און צום לעצט האט מען אויפגעשטעלט א "בנות ציון" וואס איז לשם ולתהלה, מיט א חינוך פאר די תלמידות על טהרות הקודש, וואס שמ'ט אין דעם גאנצען שטאט.
אודה ה' בכל לבב, בסוד ישרים ועדה, - אז עס איז בעזרת השי"ת צושטאנד געקומען וואס מען האט צוגעזאגט ליל פורים תשס"ה - אז מיר וועלן אי"ה האבן אלע מוסדות פאר אלע אונזערע קינדער.
אין אמת'ן איז דאס זעלבע צום באוואונדערן, נישט נאר פון די מוסדות, נאר די גאנצע הייליגע קהלה זעלבסט – איז א קהלה נאה וחסודה, וועלכע טראגט אויף זיך דעם כתר שם טוב, זייענדיג צוזאמגעשטעלט פון א ציבור, פון גדולי תורה – פון בני עלי' – פון תלמידי חכמים – פון אמת'ע חשובע בעלי בתים – פון דורכגעווייקטע חסידי'שע יונגעלייט, און דערצו איז דער גאנצער עולם אינאיינעם כאיש אחד ובלב אחד מיט אזא אהבה ואחוה, ווי איין גרויסע משפחה.
נאך אזעלכע דריי יאר קען מען אויסרופן – דעם ערשטען יאר "חזק", דעם צווייטען יאר "חזק", - און יעצט ביים דריטן יאר זאגט מען שוין "נתחזק" - דער הייליגער יסוד וואס איז דא אוועקגעשטעלט, ווערט "נתחזק" מיט די גאר גרויסע פיזישע און גייסטישע כוחות, אויף וועלכע עס וועט זיך ווייטער בויען דער באבוב'ער בנין, על פי מסורת רבותינו הקדושים.
דער הייליגער מסירת נפש וואס מען האט אריינגעלייגט די פארגאנגענע דריי יאר, "היא העולה על מוקדה על המזבח כל הלילה" דאס איז גורם אז דאס באבוב'ער פייער זאל ווייטער ברענען, און זאל האבן א קיום במשך "כל הלילה" פונעם לאנגן גלות, זאגט דער פסוק "ואש המזבח תוקד בו לא תכבה" דאס הייליג פייער פון רבותינו הק' זאל קיינמאל נישט פארלאשן ווערן, עד ביאת גואל צדק, בביאת משיח צדקנו, ומלכנו בראשינו, בב"א.
צום יארצייט איז ספעציעל געקומען צופארן פון לאנדאן, הטפסר הגדול, שר הצדקה הנגיד בנש"ק ר' בן ציון דאננער שליט"א נכד בעל קדושת ציון זי"ע.
 |
|
|