קאנפירמירט:
ער האקט אויף הגה"ק שליט"א'ס דרשה וועגן מרכז הרב פארן רעדן אין א צייט ווען מען דארף שווייגן. ער ברענגט אראפ פון דער הייליגער דברי יואל פון סאטמאר זי"ע אז ווען עס פלעגן פאלן מענטשן אין די טמאנע מדינה, האט ער קיינמאל נישט גערעדט, נאר אויסגעווארט ביז די שערוריה ענדיגט זיך, און דעמאלטץ האט ער געזאגט די ריכטיגע דעת תורה אז די טמאנע מדינה איז שולדיג.
בעיקר איז דאס א סקאנדאל נאכדעם וואס דער איד שרייבט ממש די זעלבע עדיטאריעל, ווי זיי האקן אויף דעם וואס מען רעדט אין אזאלכע צייטן וואס יעדעס ווארט דארף זיין געמאסטן און געוואויגן.
אין אנדערע ווערטער הייסט דאס אז דער איד און דער בלאט זענען ביידע איינשטימיג אז "הגה"ק שליט"א האט נישט געדארפט רעדן, איבערהויפט ווען ער האט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן די מדינה הציונית"
לויט ווי עס הייסט יעצט וועט שמואל שלמה פליען פון דער בלאט, און זיין פען נאמען "ש.ב. מרגליות" וועט אויפגעטוישט ווערן מיט עפעס אנדערש.
אין די רגע קומען פאר העפטיגע מיטונגען אין דער בלאט אפיס אויף ראטלידזש סט. , אלע שושקעס זענען דארט יעצט. און לאמיר האפן אז אונזער געטרייע שרייבערל שמואל שלמי'קה וועט זיך בארעכנעען אויף וואספארא שאדן ער האט דא געטון.
 |
|
|