יוסי גרין - 8th Note
נאך לאנגע יארן פון ווארטעניש קומט שוין ענדליך ארויס יוסי גרין'ס אלבוים פון וואס יעדער אין די אינדוסטרי הערט שוין לאנגע יארן, ס'איז שוין א לאנגע צייט וואס יוסי האט זיך ארום געדרייט מיט'ן געדאנק ארויס צו געבן עפעס אייגענ'ס אבער דאכט זיך אז זינט די לעצטע 15-10 יאר (ווען אונזער גאנצע עולם הנגינה האט זיך געגעבן א שאקעל און ס'האבען ארויסגעשפראצט א רייע פרישע זינגערס) איז דער ווינטש געווארן סאך ערנסטער און ער האט זיך גענומען עוסק זיין דערין הלכה למעשה.
די ערשטע פאזע איז געווען "Shades of Green" וואס איז ארויסגעקומען פונקט זעקס יאר צוריק, אבער יעדער האט פארשטאנען אז - הגם א ריינער יוסי גרין פראדוקציע - איז דאס געווען בלויז בבחינת פארשפייז, און אז דאס ריכטיג'ס וועט נאכפאלגן, יעצט זעהט אויס ווי דער לאנג ערווארטעטער אלבוים איז שוין (אט.. אט.. לויט שמח/מאסטלי) דא.
יוסי זינגט טאקע רוב ניגונים נישט אליין, אבער זיין קול (און ווידערקול) איז אויף יעדן (אכטע..) נאטע אויפ'ן נייעם אלבוים, די ניגונים ווערן געזינגען דורך טאלאנטפולע זינגערס אנגעהויבן פון די מער עלטערע ווי אברהם'ל און מרדכי, און געענדיגט מיט די נייע חבריא ווי לב טהור, ליפא און שלוימי גערטנער וכו'. די ניגונים גופא זענען פארשטייט זיך סטריקטלי יוסי גרין, און ס'הערט זיך טאקע אזוי, ווער עס זוכט א ריין היימישע חסידישע אלבוים, זאל דאס "נישט" קויפן.
ס'הייסט אז ס'וועט זיין אין די געשעפטן נאך פורים. דא איז א קורצע פריוויו: http://rs208.rapidshare.com/files/100749464/01_8th_Note_Demo.m4a קרעדיט: http://www.shlager.net/
די אפיציעלע סייט פאר'ן אלבוים: http://www.the8thnotecd.com/
תוקן על ידי זיידיאנטשי ב- 19/03/2008 20:04:54
 |
|
|