הרב הגאון הגדול רבי יעקב זיידא שליט"א האט צוריקגעצויגען דעם בריוו וואס ער האט געגעבען פאר ר' אברהם לויפער וכך היא דרכה של תורה עס איז דא א הוה אמינא און א מסקנא . און עס דא א כלל אין די פוסקים תפוס לשון אחרון . ביי אלע ראשונים איז דא א כלל אז ווען עס איז דא סתירה למשל פון רא"ש צו תשובת הרא"ש . ווענדעט זיך וועלכעס האט ער געשריבן די לעצטע און דאס איז די הלכה.
ביים נס פורים (עס איז נאך אדר) ווען נישט די אגרות אחרונות וואלט נישט געווען דער נס פורים. און אפילו ווען נישט די אגרות ראשונות וואלט אויך נישט געשעהן קיין נס פורים. .
דער קלאפ איז נאך גרעסער אז קודם האבען זיי געברענגט פון די בעלזער און מתירי העירוב נאכדעם האבען די זעלבע נאך צוריקגעצויגען. אזוי וויא עס איז ידוע די וועלטס ווערטל " געגעסן פארשטינקענע פיש און געכאפט שמיץ און סוף כל סוף ארויסגעווארפן פון די שטאט.
(א באידינער פון קייזער האט אמאל געברענגט פארן קייסער צו עסן פארשטינקענע פארדארבענע פיש . האט מען עהם געגעבען א עונש. איינס פון די דריי ברירות. 1 ארויסווארפן פון שטאט
2 כאפן שמיץ. 3 אליין אויפעסען די פארשטינקענע פיש.
האט ער אויסגעוועלט אז ענדערש וועט ער אליין אויפעסען די פארשטינקענע פיש. אבער אזוי וויא ער האט אנגעהויבן צו עסן. האט ער נישט געקענט אויסהאלטן און האט געזאגט אז ענדערש איז ער גרייט צו כאפן שמיץ. אבער ווען מען האט אנגעהויבן צו שמייסן האט ער נישט געקענט אויסהאלטן די שמיץ. האט ער געשריגען אז ענדערש זאל מען עהם ארויסווארפן פון די שטאט. סוף כל סוף האט ער באקומען אלע דריי עונשים. געגעסען די פיש. געכאפט שמיץ. און ארויסגעווארפן פון די שטאט. וד"ל)
נשלח ב-3/4/2008 01:31
...
נשלח ב-31/3/2008 21:39
איינער האט די 3טע בריוו פון ר' שלמה גראס ווי ער שטעלט קלאר די פאקטען פון די 1טע און 2טע בריוו???
נשלח ב-31/3/2008 20:13
ערשטע בריוו פון בעלזער דיין, איידער צוריקציען.
הרב יעקב זיידא שרייבט וועגן די שבת פעקלעך, וואס ער באקומט פון דראגער שיכור
און זאגט אז ער ווייסט גארנישט פון קיין ווייץ...
נשלח ב-31/3/2008 19:55
דער בריוו פון אלי' סימאן געפעלט מיר זייער, ער שרייבט דברים של טעם, ער האט א גלענצענעם פעדער.
נשלח ב-31/3/2008 19:14
נשלח ב-31/3/2008 19:09
דער בריוו פון הרה"ג ר' אליהו סימאן וואס ענטפערט אפ די שטותים והבלי הבלים פון די זקני עמי הארצים.
און צייגט אויף אז ס'איז א גמרא מפורשת אז ס'איז יא דער דרך משקה צו זיין שדות, כמבואר בב"ב עיי"ש.
די שטערקסטע קשיא איז אבער וואס ער פרעגט דעם דיין, פון ווי דוד ראזענבערג גענומען די מסורה צו שניידן ווייץ אין נאורט דעקאטע און אנדערע ערטער ווייט אוועק פון דאהי, האט מען געהאט דערויף א מסורה?