די זאליס זענען איצט אין א שרעקליכע רציחה'דיגע וועלט מלחמה מיט אליעזר קעסטעבוים, דאס איז נאכדעם וואס אין די לעצטע חדשים האט זיך אליעזר אויפגעוועקט און אנגעהויבען צו פארלאנגען צו ווערן בעל הבית ביי די זאליס און ראש הקהל.
אליעזר האט זיך אויפגעוועקט נאכדעם וואס די זאליס האבן אים אפגעהאלטען די לעצטע 8 יאר, און געהאלטן איינגעשפארט אין א באקס, און אים מסביר געווען אז עס איז נישט גוט פאר אים און פאר די זאליס אז ער איז די פירער, איצט דארף ער זיין שטיל, און יבוא יומו ווען ער וועט קענען אויפשטיין תחית המתים און ווערן ראש הקהל.
קעסטענבים האט זיך אויפגעוועקט ער שרייט ער האט שוין גענוג געווארט, די גאנצע זאך וואס ר' זלמן איז געווארן רב איז ווייל ער זאל קענען זיין ראש הקהל, און דערווייל דאווענט ער בהאלטען אין באטלאהן מיט אפאר פארקאלעכטע אידן, און זיינע דם שונאים און בלוט זויגערס ווי אברהם בער יקאבאוויטש, ליפא קרויס וכו' פירן די זאך און זענען בעל הבית.
אליזער האט באשלאסען גענוג איז געונג, ער האט באשלאסען אז ער גייט מאכן הכנסת ספר תורה כ"ו ניסן אין טאג פונעם ברך משה יארצייט, אבער אברהם בער יאקאבאוויטש האט אים געמאלדן בלא אז ער קען נישט, זיינע גענב'טע ספר תורות זאל ער אין באטלאהן אריין געבן.
אליזער איז אריין אין רציחה אין געמאלדן פאריגע וואך ער גייט נישט ווארטן ביז דעמאלס ער גייט שוין אריין געבן א ספר תורה (עס איז ממילא נישט קיין נייע, סתם גענומען פון ערגעץ), סתם אין א גרינעם דינסטאג, און איבער דרייען די שטאט אין ווייזן ווער עס איז בעל הבית, ער האט אנגעריפען יעקב הירש אז ער וויל דינגען עטרת אברהם ווי ער וויל מאכן די סעודה פון די הכנסת ספר תורה, און יענקי הירש האט אים געזאגט אז עס איז עוועליבעל און ער קען עס האבן, ליפא קרויס ווען ער איז געוואור געווארן דערפון האט ער אנגעקאלט יענקי הירש אז ער זאל שוין קענסלן די זאל פון אליזער, ער האט קיין סאך ברירות נישט געהאט און געקאלט אליעזר ביינאכט אז עס איז געקענסלט, ער האט געמיינט אז עס איז עווליבאל אבער ער האט געמאכט א טעות...
קרויס האט אנגערופען אלע סאטמאר זאלן און מאכן זיכער אז זיי געבן נישט ארויס קיין זאל פאר קעסטענבוים, ער האט צום סוף געמוזט דינגען קאנטינענטל, ער האט געדינגען א דריקער און אפגעדריקט גאנצע פעטשעס, פאר דער איד אז די וואך זאל זיין פיל מיט מזל טוב פאר אים, קרויס און אברהם בער האבן אנגערופען משה גבאי און אים געזאגט אז אין דער איד טאר גאר נישט שטיין קיין איין מזל טוב, מען האט זיך אנגעהויבעען צו רייסן ביי די קעפ, צום סוף איז געבליבען אז מען שטעלט נישט אריין גארנישט פון קיינעם נישט פון די קהלה וכו', נאר איין פעטש א מזל טוב פון די מוסדות אן קיין נעמען אונטערגעשריבען.
קעסטענבוים ברענט פאר כעס, דעם שבת האט ער זיך ארום געדרייט אנגעטרינקען און געשלאטן טויטע קללות ר' זלמן, און ער האט זיך געשווארען אז ער וועט באזיגען קרויס מיט אברהם בער.
יעצט וויל קעסטענבוים אז ר' זלמן זאל זיך אנטאן די שטריימעל, און מען זאל ארויסברענגען די גאנצע תלמוד תורה מיט אלע בחורים צו זיין הכנסת ספר תורה, און אלעס זאל זיך ביקן כורעים ומשתחווים לקעסטענבוים.
אברהם בער און ליפא קרויס זאגן אז דאס וועט נישט פאסירן, און זייי שרייען בכלל אז די גאנצע ספר תורה איז סתם א פורים שפיל, עס איז נישט קיין נייע ספר תורה, עס איז סתם גע'גנב'ט פון ערגעץ, והא ראי' עס אזי נישטאמאל דא קיין כתיבת ספר תורה, ער האט שוין איינמאל געטאן אזוי מיט 9 יאר צוריק, און קיינער ווייסט נישט היינט ווי די ספר תורה איז.
אזוי אויך זאגן זיי אז ער גייט פארלירען בקרוב זיין געלט אין באסטאן, וועט שוין בכלל גארנישט זיין וואס מורא צו האבן פון אים.
אבער קעסטענבוים זאגט אז ער האט ביטערע טעפס פון ר' זלמן און טאמער ער וועט נישט זיין וואויל, וועט ער דאס מפרסם זיין.
ליצים זאגן אז אפילו קעסטענבוים וועט פארלירען זיין געלט וועט ער אבער ווייטער קענען מאכן הכנסת בפר תורה ווייל די ספרי תורות קאסט אים ממילא נישט קיין פעני.
קאפיעס פון דאקומענטן איבער קעסטענבוים גע'גנב'טע הכנסת ספר תורה פאר 9 יאר צוריק.
