באקומען אין אימעל
פאקטן:
1. דוד עקשטיין האט פארלאנגט 200 אונטערשריפטן (אן רעכט) צו פארשווערן צו אריינברענגען ליסטעס. בשעת ליסטע ד'
האט באקומען בערך 350-400 אונטערשריפטן במשך 2 שעה.
2. די ליסטעס האבן נישט קיין פלאץ וואו צו שרייבן אן אנדערן.
3. עס ווערט פארלאנגט לויט די שטאטוטן אז דער קאנדידאט זאל מסכים זיין צו זיין אויף דער פאזיציע אויב ער געווינט עס.
דוד עקשטיין האט געפסלט ליסטע ד' ווייל ער האט באקומען א צעטל פון מאיר הירש "מעולם לא הסכמתי" (בשעת עס איז
דא 2 רעקארדירונגען אז ער האט יא מסכים געווען). אין דערצייט וואס מאיר הירש איז אויף די זעלבע פאזיציע אויף ליסטע ב'.
דוד עקשטיין האט געזאגט אז יעדע קאנדידאט דארף מסכים זיין צו זיין אויף יעדן צעטל (אנדערש ווי די שטאטוטן).
4. צום צווייטן מאל, מען קען אויסשטרייכן א קאנדידאט.
5. צום דריטן מאל, מען קען אויסשטרייכן וכו'. (בשם די וואל קאמיטע זאגט מען אז מען קען נישט).
6. ליסטע ב', דוד עקשטיין'ס באליבטע ליסט, האט 3 סעטס פון גאר נאנטע קרובים, פון ברודערס, שוואגערס,
און טאטע-זון - ר' חיים אהרן קליין און ר' אברהם הערש קליין זענען ברודער. ר' זלמן לייב קאפעל און ר' מרדכי שלעזינגער
זענען שוואגערס. ר' דוד שמואל גאלדבערגער און ר' יצחק פנחס גלאנצער זענען שוואגערס.
7. ליסטע ג', האט געמאלדן פארן וואל קאמיטע, אז זייער אייגענע ליסט איז פסול, ווייל זיי האבן 2 עדות אז 50 אונטערשריפטן
זענען פאלש אונטערגעשריבן.
8. ליסטע ב', האט 15 מענטשן וואס זענען שולדיג פאר קהל גאר אסאך מעמבערשיפ. קהל האט ניטאמאל גענומען די מיה צו
קוקן אין קאמפיוטער.
9. ליסטע ג', האט ארויסגענומען זייער פארטרעטער פון די וואל קאמיטע, זאגענדיג אז דאס איז פונקט ווי שאול פערלשטיין'ס
גנב'נען די וואלן אין וויליאמסבורג.
10. לשונו פון דוד עקשטיין'ס באפעל: "נישט ארויסגעבן די ציפערן וויפיל שטימען עס איז אריינגעקומען, כדי עס זאל נישט זיין
קיין בזיונות פאר קהל וויפיל שטימען עס זענען אריינקומען".
11. ליסטע ב' איז געפסל געווארן דורכן אונזער ראש הקהל הרה"ח ר' בערל פריעדמאן, ר' משה אייזענבערג, און ר' וואלף
נויאוויטש. (עס איז רעקארדירט געווארן)
דערפאר...
אויב ווילט איר אייער שטימע זאל געציילט ווערן,
איגנארירט די וואלן
אויב גלייכט איר צו שפילן אויף א פלעי,
זאגט לשם יחוד, און לייגט אריין אשר יצר פאפיר אינעם באקס, עס וועט האבן די זעלבע ווערט.
אזוי אויך ביים גענעראל פארזאמלונג 7:30
מאכט זיכער צו לאזן הערן אייער שטימע