בית פורומים כל העולם כולו

ריזיג! מעכטיג! פסח יריד! וויליאמסבורג ארויס פון UJO לאפעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/4/2008 10:17 לינק ישיר 
ריזיג! מעכטיג! פסח יריד! וויליאמסבורג ארויס פון UJO לאפעס

מיט גרויס שפאנונג נעמט מען אויף די פרייליכע און היסטארישע נייעס איבער דעם מעכטיגן אומגלויבליכן דורכברוך וואס איז געמאכט געווארן דורך די נייע ארגאניזאציע UJ Care, נאכ'ן זיין אין ביזנעס פאר קוים אפאר טעג.

קומענדיגע וואך זונטאג וועט פארקומען א מעכטיגן פסח יריד אין וויליאמסבורג וואו מען וועט אויסטיילן טויזנטער באקסעס פון פסח פראדוקטן פאר כל דכפין וכל דצריך.

די נייע ארגאניזאציע האט פארשאפט א ריזיגן טראנספארט פון פסח פראדוקטן, אן די מינדעסטע הילף פון די טריפה'נע ציוניסטישע ארגאניזאציע מעט קאנסיל.

וויליאמסבורג איז ענדליך באפרייט פון די גנבהשע לאפעס פון UJO. מען דארף מער נישט צוקומען צו די טובות פון UJO און זייערע ציוניסטישע באדיס פון די מעט קאנסיל.

די נייע נייטראלע ארגאניזאציע וועט ווייזן אז מען קען צושטעלן הילף פאר'ן ציבור  אן די הילף פון די טריפה'נע ציונים, און אן באגנבענען און באגזלען דעם ציבור און פארקויפן רוב פון די סחורה אין וואן סטאפ קאושער, און איבערלאזן פאר'ן עולם א שיבוש.

ס'קומען נייע טעג פאר'ן יהדות החרדית.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/4/2008 21:40 לינק ישיר 

הערשל, די פארטיילונג פון UJ Care גייט חוץ די אלע פלעצער אויך פארקומען אין מאנסי אי"ה.

אזוי ווי כ'האב געזאגט, יו דזשעי קעיר גייט גיין סטעיטווייד. קומענדיגן יאר האפט מען צו זיין אין גאנץ ניו יארק און ניו דזשוירזי.

אבער לשנה הבאה האפן מיר שוין פונלאנג צו זיין בארעא דישראל.

בכלל איז דאס נאר א הקדמה צו די מעכטיגע פראיעקטן פון די נייע ארגאניזאציע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2008 20:20 לינק ישיר 

אויב די 2000 וואטשערס וואס UJ CARE  האט אויסגעטיילט איז געגאנגען דורך פראטקעציע
איז די שאלה צי די מארנצאן מיט די סעקשען 8 פין UJO גייט אויך דורך פראטעקציע ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2008 18:07 לינק ישיר 

דאס מאל האב איך בלויז גוטע ווערטער פאר א ארגעניזעשאן וואס איז כמעט אונטער די פולע בעלות פון די אהרונים, וואס האבן זיך הערליך צוגעשטעלט צום ציבור, און אפי' רוב פון די וואס האבן פון זיי באקומען וואוטשערס זענען אהרונים מאכט עס נישט אוועק די הערליכע ארבעט וואס זיי האבן געמאכט.

עס איז נאך אפשר צו פרי זיי אויסצורימען ווייל נאך אלעם האט מען נאכנישט געזען און מען ווייסט נישט וויפיל עס וועט צום סוף אויסגעטיילט ווערן, אבער גענוג איז אנצוווייזן אז א ריזיגער מספר מענטשן האבן פון זיי שוין באקומען די וואוטשערס וואס זענען ווערד אסאך געלט.

רוב האבן עס טאקע באקומען דורך פראטעקציע, ווען זיי האבן געקענט דעם וואס טיילט עס, אדער האבן א חבר וואס האט עס זיי פארשאפט. עס מאכט נאך אלס נישט אוועק די געוואלדיגע און מעכטיגע חסד וואס דאס באדייט.

און לאמיר זען צו וואס די אלטע צוריקגעבליבענע UJO וועט צוקומען , און אויב זיי וועלן אויסטיילן מער ווי אביסל מאראנצן וואס איז געווען עדווערטייזט אויפן זעלבן דבר יום ביומו ווי די פארטיילונג פון UJ Care.

קומען פרישע צייטן פאר וויליאמסבורג?

האט עס נאר מיט וויליאמס? דא איז געווען די עיקר פארטיילונג אןו נאך צוויי קליינע פלעצער ווי סיגעיט און בעיסוואטער (וואס האט בערך א מנין מענטשן.)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2008 14:52 לינק ישיר 

1)מען האט צי געשטעלט אסאך סחורה פין אכט טרעליערס

2)אלעס וועט זיין בדרך כבוד מען וועט נישט פרעגן וויפל קינדער די האסט וכו.

3)אלעס וועט זיין מיט א העכסטע מאס ארדענוג מעו וועט נישט כאפן

4) מען האט דאס געטאן כדי סאטמאר יודין זאלן נישט מיזן צי קומען צי קיין
הילף פין די צונים אין פין קיין ארגענזציעס וואס טיילט נישט בדרך כבוד





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2008 10:20 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ריזיג! מעכטיג! פסח יריד! וויליאמסבורג ארויס פון UJO לאפעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext