בית פורומים כל העולם כולו

בעיסוואטער דערפרייט קרוב צו 100 משפחות מיט פסח חלוקה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/4/2008 21:20 לינק ישיר 
בעיסוואטער דערפרייט קרוב צו 100 משפחות מיט פסח חלוקה

אן אומגלויבליכער ערהאבן בילד האט זיך נעכטן אפגשפילט אינעם קליינעם באשיידען בעיסוואטער, ווען עס זענען פארטיילט געווארן כלערליי פסח פראדוקטן, בחנם אין כסף לכל הפושט יד, אן קיין קשיות און פראגעס.

די חלוקה איז   אראנזשירט געווארן דורך האברך ר' יעקב יוסף גאנז מחשובי תושבי בעיסוואטער.

 

נעכטן אינדערפרי איז אנגקומען א גרויסע PENSKE טראק מלא וגדיש מכל טוב וטוב, מיט ממש אלע פסח פראדוקטן, מען האט מסדר געווען אלע פראדוקטן אויפן גאס אין פראנט פון ר' יעקב יוסף'ס הויז, ווי א גראסערי אייל.

 

א גאנצן טאג האט מען קודם מסדר געווען די פעקלעך, ביינאכט האט יעדער געקענט קומען אין נעמען כרצונו. עס איז געווען אן ערהאבן און עמאציענאלע בילד ווי חסידישע אינגעלייט מיטן פולן אייפער פאקן אן קארס און מיני-ווענס פון אלע סארט אידן חסידים, לטאים, ספרדים, ווי ברודער, בלב ונפש חפצה, (ווי באקאנט איז די בעיסוואטער קאמיונטי אן ערך פון 500 פרומע משפחות און יעדער איז דארט ווי ברודער)

 

די פאלגענדע פרודוקטן האט יעדער באקומען איש לפי אכלו:

 

פאטעיטאס

אייער

צוויבל

מייערן

סקוואש,

אראנדשן

גרעיפרוכט

לעמען

צוויקל

חריין

צוקער

זאלץ

פאטעטא סטארדש

אראנדש דשוס

עפל דשוס

גרעיפ דשוס

5 פונט מצות (סאטמאר בעקעריי וומ"ס – ר' אהרן)

אויל

עפל

סעלצער

לעידי פינגערס

 

 

האלטס איין מינוט איך בין נאך נישט פארטיג:

 

בהמה פלייש (ROAST BEEF)

געמאלענע בהמה פלייש

א גאנצע קעיס טשיקן

ROYAL געפילטע פיש רוטס

 

מילכיגע פראדוקטן:

קאטעדש טשיז

מילך

פיטער

סמייטע

יאגורט

עמעריקען טשיז.

 

(מעגליך איך האב פארגעסן – תנא ושייר)


מען איז שוין געזעצן צו אויספלאנירן די חלוקה פון נאך פורים, קודם צו פארשאפן די פאנדן פון נדיבי לב, נאכדעם באשטעלן אלע פראדוקטן  זאלן זיין גוטע קוואליטי, זאלן אנקומען אלעס אינעם זעלבן טאג, נאכדעם זיי צו דיסטריביוטן

 

ס"ה האט מען נעכטן אויסגעטיילט א חלוקה ווערד פון קרוב צו 50 טויזנט דאלאר!!!

מי כעמך ישראל!!!




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בעיסוואטער דערפרייט קרוב צו 100 משפחות מיט פסח חלוקה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext