בית פורומים כל העולם כולו

ר' נחום'ס האט ליין האט גענדיגט מתקן זיין די וועלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/4/2008 07:06 לינק ישיר 
ר' נחום'ס האט ליין האט גענדיגט מתקן זיין די וועלט

נאכדעם וואס עס האט זיך געפענט א צווייטע האט ליין צו הא5קן אויף ר' נחום אליין . און עהם מזים צו זיין מיט עמנו הייתם במקום פלוני ופלוני.(כדין עדים זוממין)  האט ער זיך היינט אראפגעזצט מיט רבנים און צוגעזאגט אז ער וועט מער נישט רעדן קעגן רבנים וגדולי הדור  . נאר ער וועט סתם זאגן דברי תורה פאר דעם וואס וויל עהם אויהערן.. ער וועט מער נישט ווילן מתקן זיין די וועלט לויט זיין שכל.

זייט פאריגע וואך ווען ער האט אנגעפאנגן צו פארפירן קעגן דעם וויליאמסבורגער עירוב. חאטש ער האט געהאקט אויך קעגן די שקצים ומטורפים וואס שרייען ארום אין די גאסן וויא משוגעים . האט זיך געפענט א צווייטע האט ליין קעגן עהם. ( א עזות פנים האט נאר מורא פאר א גרעסערן עזות פנים)  און היינט ענדליך האט ער אראפגעלייגט זיין געווער . און זיין האט ליין איז א פארגאנגענהייט. די גמרא זאגט ביי שמעון העמסוני. כשם שקיבלתי שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה. פארפאלן עס קומט קרעדיט פאר רבי נחום.

און נעקסט וועט גיין לאיבוד אויך די האט ליין פון אלטר משה וואס רעדט אויף אלע ערליכע אידען וצדיקי הדור.

סוף כל סוף זעהט מען אז ר' נחום איז דאך א מענטש אז ער איז נישט וויא די בני עשו וואס עס שטייט ביי זי ועברתם שמרה נצח. נאר ער קען אמאל מודה זיין על האמת
לאפוקי פון דעם טמאנעם שונד עבודה זרה דאורייתא וואס רופט זיך "דער איד" וואס איז א קליפה גמורה וואס פארפאקט די אלע האט ליינס מיט זיין טמאנעם שפראך וויא ער שטייט און גיסט עמערס שמוץ אויף אלע גדולי ישראל בין החיים אתנו לאוייש"ט און אויך להבדיל בין חיים לחיים אויף די וואס זענען שוין שוכני גן עדן . סיי ווער וואס טאנצט נישט מיט מיט זיין שדים טאנץ ווערט באשמוצט אויפן ערגסטען אופן. ערגער וויא אלע משכילישע אפיקורסישע צייטונג וואס זענען געווען אלע יארן. ווייל ער קומט נאך מיט א לבוש פון חסידות וקנאות וויא א דבר אחר וואס שטרעקט זיינע טמנע לאבעס און שרייט. "ראו כי טהור אני"

מיר האפען כשם שביערנו החמץ אז אזוי וויא עס איז געלונגן אז איין האט ליין האט זיך שוין ב"ה פארמאכט. כך תזכנו לבער יצר הרע  אזוי וועלן מיר בקרוב קענען מבשר זיין אז דער טמאנער עוכר ישראל "דער איד" וואס האט ליידער פארסאמט די יוגענט אויפגעשטעלט עזי פנים לגיהנם מיט בני סורר ומורהניקעס. ביקעס. וסרוקעס. . מבזה געווען און געמאכט צו שאנד אלע רבנים און צדיקי הדורות.    
מען דארף עהם שוין ממילא נישט האבען עס איז שוין אוועק זיינע גוטע יארן ווען ער איז געווען א יחיד במינו א מושל בכיפה. היינט איז שוין דא ב"ה.  דער בלאט מיטן בולעטין. מיט די שאפערס רוט. מיטן צייטשריפט. מיטן דבר יום ביומו. . מיט נאך צענדליגע אויך דער קול מבשר. טעלעפאן ליין.
ער מעג שוין אויסהויכן זיין פארפוילטן רוח החיים און אויסזעהן וויא דער פרייהייט מיטן מארגן דזשורנאל. . וואס באלאנגן שוין צו די אמאליגע היסטורי . און דעמאלס וועלען מיר שוין בקרוב זוכה זיין אלע אינאיינעם צו כבוד התורה והחסידות און צו ערליכע קינדער און שיינע דורות מיט וועלכע מיר וועלן מקבל זיין פני משיח צדקינו ונאכל שם במהרה מן הפסחים ומן הזבחים(כשחל במוצש"ק) בהתגלות כבוד שמים עלינו אמן



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2008 22:14 לינק ישיר 

.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2008 21:39 לינק ישיר 

אויך דארף מען ווען עפענען א עקסטערע אשכול צו פארדאמען די חול המועד דרשה פון ר'הילל וו"ב בעל המילעך קעסטעל, וואס ער האט אויפגעטרעטען די חוה"מ פסח אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל מיט א חינוך דרשה, איך וועל שוין לאזען די איבעריגע פאר ידידי האב עבד עברי שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2008 21:34 לינק ישיר 

היינט האט טאקען קאשעק ווארלד די הכשר פון סאכדעס, אזוי ווייס יעדער אז מ'קען דארטען נישט עסען ווייל ס'איז נבילה טריפה און מילעך קעסטעל...

אבער, אודה ולא אבוש, אמאל פלעגט עס האבען די אודווארי השגחה, און דעמאלץ האט מען געטרייט צו געבען די בעסטע השגחה וואס איז שייך, ליידער האבען די רשעים געכאפט ביי אים זאכען וואס טויגט נישט, א בחינה פון "בשר כשר" וואס בלינקט די לייט, ווי רביה"ק האט געזאגט אמאל יא כשר און אמאל נישט, בלית ברירה האט די מהודרדיגע אודווארי אראפגענומען די השגחה, און ער האט געמוזט נעמען א שוואכער הכשר פון סאכדעס מילעך קעסטעל

אבער וואס איך געמיינט בעיקר קאושער דילייט אין מאנהעטען מיט די גויישע קעכער, און קאפעי קעי וואס די שוואכערע השגחות האבען אראפגענומען זייער השגחה פון דארטען (ווייל זיי האבען געוואלט זיין צו שטארק מהודר, און די שוואכע השגחות האבען שוין נישט געקענט פארטראגען אזויפיל חומרות יתירות.....) און בחסדי ד' האט עס דעם שטרענגען חותם פון אודווארי, וואס יעדער ווייס אז א מדקדק במצוות זוכט אויף דייקא נאר די השגחה

און די זעלבע מיט די שמן זית לחנוכה פון טשיינע, וואס אדאנק דעם מהודרדיגע השגחה קען מען אויסקרויסען די נארישע טאליענע און ספענישע אליוו אויל, און מ'קען עס באקומען פאר א צענטעל די פרייז פון טשיינע מיט די חשובע השגחה פון אודווארי

אשרי העם שככה לו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2008 20:30 לינק ישיר 

מען העט ווען געדארפט מאכען א עקסטערן אשכול וועגן די נעכטן נאכטיגע פורים אסיפה קעגן עירוב ביים אראדער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2008 20:29 לינק ישיר 

אבי דו ביסט חאטשיג א מודה במקצת אז איך בין יא יא גערעכט.

און איך האב טאקע הנאה וואס דו ביסט מגלה דעם פרצוף פון דעם וואס געט א הכשר אין מיאמי
 (ק. וו) וואס מען פארקויפט דארט גלאט נישט כשר און גלאט כשר. . אזוי וויא דער רבי זי"ע האט אמאל געזעהן א סיין אויף א או יו בוטשער וואס בלינקט רויטע לעקטערס "בשר כשר" אויף און צו געמאכט האט דער רבי זי"ע געמאכט א ווערטל. איינמאל יא כשר און א מינוט שפעטער נישט כשר ודו"ק.

די היסטוריא הויבט זיך נאך אהן אין דער אלטער היים וויא הרב הלל וו"ב זיידע איז געווען רב אין סערדעהאלי. . נאכדעם איז רח"ל כץ זיידע (הגה"ק רבי אשר אנשיל כ"ץ זי"ע) אנגעקומען און געווארן דארטן דער הויפט רב על אפם ועל חמתם. ער האט געהאט א גרויסע ישיבה פון די גרעסטע אין אונגארן מיט הונדערטער תלמידים.

נאכדעם דא אין אמעריקא רופט זיך רב הלל נייטרא דיין. ראב"ד בי"ד המיוחד התאחדות. און עס איז עהם נאך נישט גענוג געווען. האט ער זיך גערופן על שם עירו פון זיין זיידען.  סערדאהעלי און אזוי וויא רבי חיים לייב כ"ץ שליט"א האט זיך אנגעהויבן צו רופן סערדעהעלי רב . האט ער פארפירט מוראדיג כידוע.

האט ער זיך נוקם געווען אין עהם וועגען דעם עירוב מילך קעסטלעך.

און אזוי וויא די וואך איז רח"ל כץ געכאשערט געווארן אין סאטמאר קרית יואל בכבוד מלכים און בילדער אין אלע גאסען אויך אין די וויקלי לינק. האט דער ר הלל נישט אויסגעהאלטן

און נעכטן נאכט געמאכט א מיטינג אין וויליאמסבורג קעגן דעם עירוב. ביים אראדער. און געפייערט געבילט געשטורעמט געטרומפייטערט. מיטן קאפ אין וואנט.  עד כאן הצריך לענייננו

קאשער ווארלד 41סטריט מיאמי ביעטש פלארידא תחת השגחת בי"ד המיוחד של התאחדות הרבנים (של מיאמי) דוויליאמסבורג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2008 19:41 לינק ישיר 

יא יא, גערעכט, און די זעלבע מיט די פורים השגחות, ווי למשל א רעסטאראנט אין מאנהעטען (ק.ד.), אדער א רעסטאראנט אין פלעטבאש (ק.ק.), אין מיאמי (ק.וו.) און נאך, וואס די בעל מכשיר געט פארען עולם כל דברים אסורים, ער ווייס נישט וואס טוט זיך דארט, חוץ די טשעק וואס ער קריגט, און קיינער רעט נישט קיין ווארט, ער איז נאך א שיינע יוד מיט שווארצע זאקען און שבת א בלוע בעקיטשע

איז טאקע עבד עברי גערעכט...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2008 17:59 לינק ישיר 

וואס איז טייטש זאת התורה לא תהא מוחלפת?


וואס מעג מען יא משנה זיין ?  און וואס טאר מען נישט?

נאר די יוניפארמס פון די מיידלעך?  וואס דאס איז א גוטע תקנה עס איז ממעט קנאה און עס איז די ריכטיגע תקנה שלא להשחית ממון ישראל . און איינשפארן עגמת נפש פאר די טאטעס און מאמעס און פאר די קינדער אליין. דאס טאר מען נישט?

זה לשון קדשו של רבינו הרמב"ם פרק כ"ב מהלכות איסורי ביאה הלכה ט"ו אין ממנין אפילו אדם נאמן וכשר להיות שומר חצר שיש שם נשים אע"פ שהוא עומד בחוץ שאין אפוטרופוס לעריות ע"כ
ועיין במגיד משנה שם וז"ל ירושלמי פ"ק דכתובות אמר רבי זעירא מתניתא אמרה. אפילו כשרים אין ממנין. דתני אפילו חסיד שבחסידים אין ממנין אותן אפוטרופוס לעריות עכ"ל. ובשו"ע אבן העזר סימן כ"ב סעיף ט"ו. לשון רבינו המחבר אפילו אדם נאמן וכשר ע"כ..
זיי מתבונן וואס דא טוט זיך. וואס מען וויל מעג מען. אפילו קעגן אלע פוסקים אשר מימיהם אנו שותין.

אזוי וויא איינער א מו"צ וואס מען איז מרנן אויף עהם אז זיין מקוה וואס ער איז מכשיר אין קאנטרי איז דא חששות פון  איסורי דאורייתא לויט א סאך פוסקים. און עס גייט עהם נישט אהן.
נאר ער שטעלט זיך אויף ברבים חוה"מ און רעדט אויף א עירוב וואס ווערט געשטיצט דורך גדולי ישראל. און ער שעמט זיך נישט צו זאגען אז דאס איז מעכב ביאת המשיח. נאר זיין פסולע מקוה. דאס איז מקרב ביאת המשיח. דאס איז דער ריכטיגער מטהר טמאים ומטמא טהורים רח"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2008 23:31 לינק ישיר 

הערה לידידי הרב עבד עברי שליט"א

און זוך נישט קיינעם מצדיק זיין, אבער לידיעתך, האט רביה"ק זי"ע אריינגעשטעלט הרב בנימין הערש אין מיידעל סקול, און אזוי האט אויך די ברך משה אריינגעשטעלט הרב ברוך מרדכי, און אזוי ווייטער היינט הרב שמעי' קעסלער אין סאטמאר, און הרב ש. הערצאג ביי די זלונים

בנוגע וואס איר שרייבט אז אויב וואלט עס געווען אין לובאוויטש וואלט מען שוין פאפירט, וויל איך דיר איינמעלדען אז אין לובאוויטש איז אויך דא מנהלים מענער אין די מיידעל שולעס, און נאך פיל ווייטער פון דאס

און אויך אין פאפא אין וויליאמסבורג, איז נישט נאר די הנהלה מענער, נאר די מנהל פון מיידעל סקול איז א מאן, און אזוי איז אין קלויזנבורג אין וויליאמסבורג איז די מנהל אויך א מאן (א פיינע יוד, אבער נישט קיין חסידישער, אפשר יא א לובאוויטשער), און וויזניץ האט אויך א מאן, און יעדע מוסד האט א מאן "וואס דרייט זיך צווישן " , ווי ס'קוקט אויס האסטו א פראבלעם מיט סענדז סטריט, נישט מיט א מאן אין מיידעל סקול




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2008 01:31 לינק ישיר 

איינער האט געהאט טענות צו מיר באישי .
"היתכן אז בעפאר נחום'ען האט שוין חיים שאולזאהן  געשריבען וואס ער האט געוואלט און צובראכען א ביסעל פונעם טעראר."

וויל איך עהם דא ענטפערן.

קודם כל  איז א חילוק צווישן שרייבען קעגען טעראר .און  צווישען אפען האלטן דרשות עס איז א גרויסער חילוק. ווייל הערן קען דאך יעדער איינער אפילו פרויען און קינדער וואס האבען נישט געדולד צו לייענען כמובן.

צווייטענס.  חיים שאולזאהן וואינט נישט דא אין וויליאמסבורג .2  ער איז א דרויסענדיגער.3  נישט קיין היימישער  4  ער האט אויך נישט געלערנט אין סאטמארען חדר. ממילא האט מען לכאורה מיט עהם גארנישט. זאל ער שרייבען וואס ער וויל.
אבער דא ביי ר' נחום וואס ער וואינט פראנק און פריי אין וויליאמסבורג עמנו הייתם . און ער האט געלערנט ביי אונדז אין סאטמאר חדר און אין די ישיבה אין סענדז סטריט. און דאך קען ער רעדן פריי דאס איז שוין פרידאם אף ספיטש.

והשלישית. חיים שאולזאהן האט מען טאקע געמאסערט אהנע היתר בי"ד נישט עטליכע יחידים נאר משה גבאי בכבודו ובעצמו האט גערופן די (די עי) מיט די פאליס און האט אונטערגעשטעלט הירינג אפאראטען און האט עהם נישט נאר געמאסערט נאר ממש ארעסטירט.

און נאכדעם האט דער איד (גוי) אויפן העדליין געמאלדן די נייעס בשורה טובה. אז ענדליך האט מען געכאפט דעם איד עזות פנים(שומר תורה ומצוות) חיים שאולזאהן און ארעסטירט.   זיי מעגען דאך אלעס. מסירה אהנע היתר בי"ד .
אפילו להתיר להם עריות בפרהסיא (סנהדרין ס"ג ע"א) . ווער האט מתיר געווען פאר ש הערצאג זיך צו דרייען און זיין א אפטרופוס אויף מיידלעך . דער  הייליגער רמב"ם און רבותינו בעלי השו"ע שרייען דאך געוואלד . אז מען טאר נישט שטעלען א מאן בשום אופן נישט פירן מיידלעך. . ווען דאס טוט וועין נאר ליובאוויטש און סאטמאר וואלט דאס נישט געטון וואלט מען געשריגען. געוואלד אזא הפקירות רח"ל

עס איז ידוע לכל אז דער הייליגער שינאווער רב דער בעל דברי יחזקאל זי"ע דער אפענער בעל רוח הקודש. האט מעיד געווען אויפן הייליגען בעלזער רב רבי ארילע זי"ע . אז דער יצר הרע האט פון עהם אינגאנצען פארגעסען .   נו! וואס איז דער חידוש? סאטמאר האלט דאך אז דער יצר הרע האט פון ש הערצאג אויך פארגעסען.
נאכדעם ווען דער סענטראל בוקינג האט פריי געלאזט חיים שאולזאהן על אפם ועל חמתם פון די מוסרים און פון דעם איד (גוי) . האט מען עהם ממש געוואלט הארגענען. און מען האט עהם אפגעווארט דערווייל איז ארויסגעקומען א צווייטער אומשולדיגער איד הרב סילווער און מען האט עהם אריינגעשלעפט אין א ווען און מען האט עהם געשטאכען מיט מעסערס אין פנים און אין רוקן.  און דאס בלוט האט זיך געגאסען ל"ע און ער האט געוויינט מיט טרערן אין די אויגען "געוואלד יודען! רחמנים האטס אויף מיר רחמנות!
האטס רחמנות אויף מיין ווייב און קינדער.
 איך האב דאך גארנישט געטון איך בין א צווייטער. עס האט גארנישט געהאלפן ביז איינער פון רשעים  האט געזאגט לאזט עהם אפ ער איז טאקע נישט דער. מען דארף עהם נישט הארגענען.

אבער די איבריגע  (רשעים די שאבעס שרייערס)  האבען געשריגען "געוואלד ער האט דאך געלעסטערט דעם יוזל" מען דארף עהם הארגענען!! . ענדליך האט מען עהם אפגעלאזט.

הרה"ק רבי איציקל מפשווארסק זי"ע האט געזאגט "וואס הייסט א פרומער רשע"  ער זעהט אז יענער ליגט שוין אויף די ערד. און ער האלט נאך אלץ אז מען עהם נאך אינגאנצען צוטרעטן אויף שטיקער רח"ל.

הגה"צ מגמזו זי"ע איז געווען ביים הייליגען בעלזער רב זי"ע אין ארץ ישראל און האט געבעטן א ברכה אויף איינעם פון זיינע קינדער אז זיי זאלען זיין פרום.  האט דער הייליגער בעלזער רב זי"ע געזאגט "דער טאטע (דער הייליגער מהרי"ד זי"ע ) פלעגט זאגען אז א פרומער איז א רשע ( פרו"ם מאכט פול רשעות ווייניג מצוות) . נאר מען זאל זיין א ערליכער איד עכלה"ק .

אבער יעצט אז מען קען ב"ה פאר רבי נחום גארנישט טון .  זעהט עס אויס וויא להבדיל אין מצרים וואס מען האט גענומען דעם שעפס (וואס די מצריים בוקען זיך דערצו זייער יוזל) און מען האט דאס צוגעבינדן צום בעט . און זיי האבען געקריצט מיט די ציין און גארנישט געקענט טון. ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו .  . דער באשעפער זאל העלפן אז ביז די קרעטשמע (ביז ביאת המשיח במהרה) זאל מען אויך שוין פטור ווערן פון די פינסטערע טעראריסטן . און זיי זאלן טאקע נישט קענען מער שרייען אויף קיינעם נישט. נאר אויף מילך קעסטלעך(שפך חמתו על עצים ואבנים) .

אזוי וויא היינט איז וו וויסהויז אריינגעקומען אין א ביהמ"ד און דער רשע רש"דייטש  איז עהם באפאלן ברבים וויא א הונט להבדיל. .

יעדער וווייסט אז ווען ער (רש"דייטש) האט צוריסן דעם עירוב אויף פען סטריט צווישן העריסאן און מארסי. האט עהם הגאון ר"מ יאזעפאוויטש שליט"א ר"מ סאטמאר געלאזט רופן און עהם געהייסן עס צוריקשטעלען און ער האט מוסיף געווען אז דער עירוב פון פען סטריט איז נאך געמאכט געווארן בזמן היתר הבמות . ווען מען האט נאך געמעגט האבען א עירוב . ווען אין ראדני גאס איז נאך אויך געוווען א עירוב. בעפאר די נועם המידות פארטיי האט דאס אראפגעריסן. וד"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2008 08:53 לינק ישיר 

יעצט האלט איך קבל את האמת ממי שאמרו!!! . מען מעג טאנצן אויף צוויי חתונות.  מען קען האבען גוטע זאכען ביי איין פארטיי און אפילו ביי עטליכע מענטשען פון די אנדערע פארטיי וויא למשל הרה"ח רבי מאיר שניצלער נ"י וכדומה.
 

דו מוזט פארשטיין אז די פארטיי פון הרב לייטנער ז"ל (מיטן נועם המדות) האבען געהאקט אויף יעדען ... .ממש אויף יעדען . יעדער איז ביי זיי געווען אפיקורסים אפילו גדולי עולם וואס האבען אויסגעשאקעלט הרב לייטנער אין ידיעת און יגיעת התורה אין קלענסטן פינגער און אויך אין יראת שמים אמיתית
איינמאל ביי די מעשה פון פובליק סקול האט ער געזעהן אז ער קען חרוב מאכען דעם ברך משה. . האט ער געזאגט א פייערדיגע דרשה. ותוכן דב"ק " אז נישט נאר ציונית און ווער עס איז אריינגעכאפט אין דעם  . דאס איז כפירה און מינות. נאר יעדע זאך קען זיין כפירה און מינות אפילו (סאטמאר)

האט ער געזאגט א משל . אמאל אין די נוצרישע צייטן . האט מען געוואלט הארגענען אידען (די שונאים)(יעדער וואס גייט נישט אין שפאן הייסן שונאים)     וואס האט מען געטון? מען האט גענומען א גרויסן יוזל (א געטשקע) און ארויפגעזעצט אויף א וואגען און גלחים זענען מיטגעלאפן אינמיטן די גאס. . פארשטייט זיך אז אלע יודישע קינדער האבען זיך באהאלטן אין מויזן לאך פאר שרעק. 
אבער זיי האבען דאך געזוכט א קרבן. פלוצלונג האבען זיי באמערקט א יוד וואס זעהט אויס וויא ער לאכט. האבען זיי זיך גענומען צו שרייען " געוואלד"  (שאבעס) ער האט דאך געלעסטערט (געשפעט) דעם יוזל רח"ל. מען האט זיך גלייך גענומען מיט העק און מעסערס געשאחטן יודען מענער און פרויען רח"ל פון רעכטס און פון לינקס..
 
זיי די גויים האבען דאך געהאט רעכט לשיטתם . געוואלד דער יוד האט דאך געלעסטערט דעם יוזל. . אזוי טוט (סאטמאר דער  ברך משה) מען מיינט גארנישט זיי . נאר זיי שרייען געוואלד מען האט דאך געלעסטערט זייער יוזל . און יעדענס בלוט וואס האלט אנדערש וויא זיי ווערט הפקר פאר יעדען מאן דהו. עכלה"ק ותוכ"ד. (מלחמת חובה)

נחום ר"ב בארירט נעבעך דעם יוזל רח"ל געוואלד מען דארף עהם אפשניידן די בארד און פאות און צוזאמענהאקן די ביינער . ער זאגט דאך אז דער ליובאוויטשער איז נישט געווען אזוי  א כופר וויא מען האט איינגערעדט די יוגענט.   הוי געוואלד און געשריגען ער האט דאך געלעסטערט דעם יוזל רח"ל.

די וואך הער איך וויא א ערליכער סאטמארער יונגערמאן אלט בערך 55 יאר אלט זאגט פאר א עלטערן סאטמארער איד. בזה"ל. אמת !!אז רבי משה פיינשטיין איז נישט אין גיהנם . יענער עלטערער סאטמארער איד שווייגט שטיל..  ער קען דאס נישט ארויסזאגען בשעת ער געדענקט און יעדער געדענקט וויא ער פלעגט שרייען משה פיינשטיין עם הארץ ימ"ש . אבער ער שאקעלט שוין צו מיט א הסכמה כאילו ער איז בעה"ב אין גן עדן און גיהנם.   און דעס  צו זאגן אז רבי משה פיינשטיין איז איו גן עדן דאס קען ער זיך נאך אלץ נישט ערלויבן צו זאגען. אבער עכ"פ אין גיהנם איז ער נישט.

אבער דער ליובאוויטשער איז זיכער אין פינסטערען גיהנם נאך אלץ.   און אין א פאר יאר שפעטער טאמער משיח צדקינו וועט נאך אלץ נישטא זיין וועט שוין די נעקסטע דשענערעטאן מודה זיין אז ער איז אויך נישט אין גיהנם..



ווען עס איז געווען די אסיפה ביי די התאחדות הרבנים קעגן דעם בעלזער רבין און עס איז ארויסגעקומען דער קול קורא מיט די נעלאגען איסור. האבען עטליכע רבנים געשריגען ביים מיטינג "מאכטס ענק נישט נאריש . כבר היה לעולמים אז רעביס האבען גערעדט איינער אויפן צווייטן דער הייליגער מנחת אלעזר האט מבזה געווען דעם אמרי אמת פון גער . רבי שאול בראך קאשויער רב. משנה ארורה .ער האט אנגערופן ברבים דעם הייליגן בעלזער רב מהרי"ד מיט דברי זלזול רח"ל.

אבער די פאר יונגע העצערס האבען נאר טעראריזירט די רבנים און געשריגען "געווואלד!! מען האט געלעסטערט! רח"ל   מען דארף עהם אונטערברענגן. און  זיי האבען אזוי געשריגען אז די רבנים האבען געציטערט.(מען קען דאס הערן אויפ טעיפ . די קול פון מ. ראטה) און פון די בעק לייטנער חברה.


געוואלד מען האט געלעסטערט.  ווער עס האט געוהערט דעם חלב טעיפ פון תשמ"ג קען זיך פארשטעלען וואס עס האט זיך געטון ביי די אסיפה.   עס איז דא א מעסטער טעיפ ב"ה וואס עס וועט אמאל ארויסקומען ווען די צייט וועט זין רייף.

און דאך מיט די אלע טעראר האבען די ערענסטע רבנים וויא למשל פאפער רב ז"ל. ווינער רב ז"ל. טארטיקאווער רב ז"ל נישט אונטערגעשריבען כידוע. אפילו ר"מ וויזניצער האט אויך נישט געוואלט אונטערשרייבן. דיארמוטער רב ז"ל האט געזאגט אז מען האט געדארפט אונטער שרייבען א קול קורא קעגען די טעראריסטן וואס טעראריזירן יעדען וואס האלט אנדערש וויא זיי.

טיפשים האבען זיך איינגערעד אז דער בעלזער איז טאקע אונטערגעגאנגן. און להוי ידוע אז עטליכע רבנים האבען געשיקט חזרה בריוו פארן בעלזער ובתוכם הרה"ק רבי יענקעלע מפשווארסק זי"ע און הרה"ג רבי יחזקאל ראטה אב"ד קארלסבורג. און נאך וואס אין רצוני לפורטם. ווייל די צייט איז נאך נישט רייף נאר אי"ה והודעתם לבני בניך דעמאלס וועט דאס אלעס יעדער וויסן טאמער מען וועט נאך זיין אין גלות ח"ו. און אז טאמער משיח צדקינו וועט אי"ה דא זיין וועט מען דאך א וודאי וויסן  


עכ"פ דעס אז נחום קען היינט רעדן וואס ער וויל דאס איז א געוואלדידיגע ישועה וואס מען איז ניצל געווארן פון דעם אלטן טעראר "געוואלד מען לעסטערט דעם יוזל. " און מען דארף מוסיף זיין ארבע כוסות עפעל סדר. פאר דעם.נס.

און אי"ה ווען  מען וועט בקרוב אינגאנצען פטור ווערן פון דעם היינטיגען פינסטערן טעראר פון די נועם המידות (רעת  המידות) פארטיי . מיט דעם משוגענעם גרינבוים (וואס שרייט רק בדם תהיה לנו הארץ  אזוי וויא זיין חבר דאקטאר גריבוים דער הויפט פון די ציונים.  ) וואס ער  איז דער שליח און בילד פון דעם נועם המדות רבי.  דעמאלס וועט מען מער נישט דארפן טרינקען עקעלדיגע עפעל סדר

נאר מען וועט אי"ה טרינקען פיינע וויין כוס ישועות אשא אז מען איז פטור געווארן פון די טעראריסטן וואס זאגען אז זיי זענען נישט קיין טעראריסטן .   עושין מעשה טעראריסטן ואומרים נועם המידות אנחנו. און זיי פארדארבן אונזערע הייליגע תינוקת של בית רבן און בחורי חמד פאר זייערע פינסטערע פארטיי אינטערעסן . מחזק זיין זייער רשעות

זייער שטריק רב הלל רשע (מאכיל נבילות וטריפות) האט געהייסן שרייען אויף מילך קעסטלעך. און מיין רב האט געהייסן נאכשרייען נאך רז"ל ט"ב . שייגעץ גנב. . און אדרבה מיין רב האט געהייסן פאטשען די עזות פענימער וואס גייען נישט אין שפאן. . און אז זיי דארפן פאלגן זייער רב דארפען מיר דאך אויך פאלגען אונזער רב כמובן. ושלום על ישראל.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2008 18:40 לינק ישיר 

נחום איז צירוק פאל פארס, בערך נאך א שעה (מ'קען מישען דורך דריקען 12 מאל #9 ) צונעמט ער דעם פייפער (וואס איז שוין לאנג פארמאכט) און פארדרייט די מעשה, איך האלט מדארף אים אינטער ברענגען פינקט ווי דעילי יוד, ער זעט אויס פון די זעלבע שורש נשמה קען נישט דיסיידען וואס און ווער איז גוט אדער שלעכט, אסאך מאל אפי' תוך כדי דיבור,

עבד וואס האלסטו יעצט?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' נחום'ס האט ליין האט גענדיגט מתקן זיין די וועלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext