נאכדעם וואס עס האט זיך געפענט א צווייטע האט ליין צו הא5קן אויף ר' נחום אליין . און עהם מזים צו זיין מיט עמנו הייתם במקום פלוני ופלוני.(כדין עדים זוממין) האט ער זיך היינט אראפגעזצט מיט רבנים און צוגעזאגט אז ער וועט מער נישט רעדן קעגן רבנים וגדולי הדור . נאר ער וועט סתם זאגן דברי תורה פאר דעם וואס וויל עהם אויהערן.. ער וועט מער נישט ווילן מתקן זיין די וועלט לויט זיין שכל.
זייט פאריגע וואך ווען ער האט אנגעפאנגן צו פארפירן קעגן דעם וויליאמסבורגער עירוב. חאטש ער האט געהאקט אויך קעגן די שקצים ומטורפים וואס שרייען ארום אין די גאסן וויא משוגעים . האט זיך געפענט א צווייטע האט ליין קעגן עהם. ( א עזות פנים האט נאר מורא פאר א גרעסערן עזות פנים) און היינט ענדליך האט ער אראפגעלייגט זיין געווער . און זיין האט ליין איז א פארגאנגענהייט. די גמרא זאגט ביי שמעון העמסוני. כשם שקיבלתי שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה. פארפאלן עס קומט קרעדיט פאר רבי נחום.
און נעקסט וועט גיין לאיבוד אויך די האט ליין פון אלטר משה וואס רעדט אויף אלע ערליכע אידען וצדיקי הדור.
סוף כל סוף זעהט מען אז ר' נחום איז דאך א מענטש אז ער איז נישט וויא די בני עשו וואס עס שטייט ביי זי ועברתם שמרה נצח. נאר ער קען אמאל מודה זיין על האמת
לאפוקי פון דעם טמאנעם שונד עבודה זרה דאורייתא וואס רופט זיך "דער איד" וואס איז א קליפה גמורה וואס פארפאקט די אלע האט ליינס מיט זיין טמאנעם שפראך וויא ער שטייט און גיסט עמערס שמוץ אויף אלע גדולי ישראל בין החיים אתנו לאוייש"ט און אויך להבדיל בין חיים לחיים אויף די וואס זענען שוין שוכני גן עדן . סיי ווער וואס טאנצט נישט מיט מיט זיין שדים טאנץ ווערט באשמוצט אויפן ערגסטען אופן. ערגער וויא אלע משכילישע אפיקורסישע צייטונג וואס זענען געווען אלע יארן. ווייל ער קומט נאך מיט א לבוש פון חסידות וקנאות וויא א דבר אחר וואס שטרעקט זיינע טמנע לאבעס און שרייט. "ראו כי טהור אני"
מיר האפען כשם שביערנו החמץ אז אזוי וויא עס איז געלונגן אז איין האט ליין האט זיך שוין ב"ה פארמאכט. כך תזכנו לבער יצר הרע אזוי וועלן מיר בקרוב קענען מבשר זיין אז דער טמאנער עוכר ישראל "דער איד" וואס האט ליידער פארסאמט די יוגענט אויפגעשטעלט עזי פנים לגיהנם מיט בני סורר ומורהניקעס. ביקעס. וסרוקעס. . מבזה געווען און געמאכט צו שאנד אלע רבנים און צדיקי הדורות.
מען דארף עהם שוין ממילא נישט האבען עס איז שוין אוועק זיינע גוטע יארן ווען ער איז געווען א יחיד במינו א מושל בכיפה. היינט איז שוין דא ב"ה. דער בלאט מיטן בולעטין. מיט די שאפערס רוט. מיטן צייטשריפט. מיטן דבר יום ביומו. . מיט נאך צענדליגע אויך דער קול מבשר. טעלעפאן ליין.
ער מעג שוין אויסהויכן זיין פארפוילטן רוח החיים און אויסזעהן וויא דער פרייהייט מיטן מארגן דזשורנאל. . וואס באלאנגן שוין צו די אמאליגע היסטורי . און דעמאלס וועלען מיר שוין בקרוב זוכה זיין אלע אינאיינעם צו כבוד התורה והחסידות און צו ערליכע קינדער און שיינע דורות מיט וועלכע מיר וועלן מקבל זיין פני משיח צדקינו ונאכל שם במהרה מן הפסחים ומן הזבחים(כשחל במוצש"ק) בהתגלות כבוד שמים עלינו אמן
נשלח ב-13/5/2008 18:40
נחום איז צירוק פאל פארס, בערך נאך א שעה (מ'קען מישען דורך דריקען 12 מאל #9 ) צונעמט ער דעם פייפער (וואס איז שוין לאנג פארמאכט) און פארדרייט די מעשה, איך האלט מדארף אים אינטער ברענגען פינקט ווי דעילי יוד, ער זעט אויס פון די זעלבע שורש נשמה קען נישט דיסיידען וואס און ווער איז גוט אדער שלעכט, אסאך מאל אפי' תוך כדי דיבור,
עבד וואס האלסטו יעצט?...
נשלח ב-14/5/2008 08:53
יעצט האלט איך קבל את האמת ממי שאמרו!!! . מען מעג טאנצן אויף צוויי חתונות. מען קען האבען גוטע זאכען ביי איין פארטיי און אפילו ביי עטליכע מענטשען פון די אנדערע פארטיי וויא למשל הרה"ח רבי מאיר שניצלער נ"י וכדומה.
דו מוזט פארשטיין אז די פארטיי פון הרב לייטנער ז"ל (מיטן נועם המדות) האבען געהאקט אויף יעדען ... .ממש אויף יעדען . יעדער איז ביי זיי געווען אפיקורסים אפילו גדולי עולם וואס האבען אויסגעשאקעלט הרב לייטנער אין ידיעת און יגיעת התורה אין קלענסטן פינגער און אויך אין יראת שמים אמיתית
איינמאל ביי די מעשה פון פובליק סקול האט ער געזעהן אז ער קען חרוב מאכען דעם ברך משה. . האט ער געזאגט א פייערדיגע דרשה. ותוכן דב"ק " אז נישט נאר ציונית און ווער עס איז אריינגעכאפט אין דעם . דאס איז כפירה און מינות. נאר יעדע זאך קען זיין כפירה און מינות אפילו (סאטמאר)
די וואך הער איך וויא א ערליכער סאטמארער יונגערמאן אלט בערך 55 יאר אלט זאגט פאר א עלטערן סאטמארער איד. בזה"ל. אמת !!אז רבי משה פיינשטיין איז נישט אין גיהנם . יענער עלטערער סאטמארער איד שווייגט שטיל.. ער קען דאס נישט ארויסזאגען בשעת ער געדענקט און יעדער געדענקט וויא ער פלעגט שרייען משה פיינשטיין עם הארץ ימ"ש . אבער ער שאקעלט שוין צו מיט א הסכמה כאילו ער איז בעה"ב אין גן עדן און גיהנם. און דעס צו זאגן אז רבי משה פיינשטיין איז איו גן עדן דאס קען ער זיך נאך אלץ נישט ערלויבן צו זאגען. אבער עכ"פ אין גיהנם איז ער נישט.
אבער דער ליובאוויטשער איז זיכער אין פינסטערען גיהנם נאך אלץ. און אין א פאר יאר שפעטער טאמער משיח צדקינו וועט נאך אלץ נישטא זיין וועט שוין די נעקסטע דשענערעטאן מודה זיין אז ער איז אויך נישט אין גיהנם..
ווען עס איז געווען די אסיפה ביי די התאחדות הרבנים קעגן דעם בעלזער רבין און עס איז ארויסגעקומען דער קול קורא מיט די נעלאגען איסור. האבען עטליכע רבנים געשריגען ביים מיטינג "מאכטס ענק נישט נאריש . כבר היה לעולמים אז רעביס האבען גערעדט איינער אויפן צווייטן דער הייליגער מנחת אלעזר האט מבזה געווען דעם אמרי אמת פון גער . רבי שאול בראך קאשויער רב. משנה ארורה .ער האט אנגערופן ברבים דעם הייליגן בעלזער רב מהרי"ד מיט דברי זלזול רח"ל.
אבער די פאר יונגע העצערס האבען נאר טעראריזירט די רבנים און געשריגען "געווואלד!! מען האטגעלעסטערט!רח"ל מען דארף עהם אונטערברענגן. און זיי האבען אזוי געשריגען אז די רבנים האבען געציטערט.(מען קען דאס הערן אויפ טעיפ . די קול פון מ. ראטה) און פון די בעק לייטנער חברה.
און דאך מיט די אלע טעראר האבען די ערענסטע רבנים וויא למשל פאפער רב ז"ל. ווינער רב ז"ל. טארטיקאווער רב ז"ל נישט אונטערגעשריבען כידוע. אפילו ר"מ וויזניצער האט אויך נישט געוואלט אונטערשרייבן. דיארמוטער רב ז"ל האט געזאגט אז מען האט געדארפט אונטער שרייבען א קול קורא קעגען די טעראריסטן וואס טעראריזירן יעדען וואס האלט אנדערש וויא זיי.
טיפשים האבען זיך איינגערעד אז דער בעלזער איז טאקע אונטערגעגאנגן. און להוי ידוע אז עטליכע רבנים האבען געשיקט חזרה בריוו פארן בעלזער ובתוכם הרה"ק רבי יענקעלע מפשווארסק זי"ע און הרה"ג רבי יחזקאל ראטה אב"ד קארלסבורג. און נאך וואס אין רצוני לפורטם. ווייל די צייט איז נאך נישט רייף נאר אי"ה והודעתם לבני בניך דעמאלס וועט דאס אלעס יעדער וויסן טאמער מען וועט נאך זיין אין גלות ח"ו. און אז טאמער משיח צדקינו וועט אי"ה דא זיין וועט מען דאך א וודאי וויסן
און זוך נישט קיינעם מצדיק זיין, אבער לידיעתך, האט רביה"ק זי"ע אריינגעשטעלט הרב בנימין הערש אין מיידעל סקול, און אזוי האט אויך די ברך משה אריינגעשטעלט הרב ברוך מרדכי, און אזוי ווייטער היינט הרב שמעי' קעסלער אין סאטמאר, און הרב ש. הערצאג ביי די זלונים
בנוגע וואס איר שרייבט אז אויב וואלט עס געווען אין לובאוויטש וואלט מען שוין פאפירט, וויל איך דיר איינמעלדען אז אין לובאוויטש איז אויך דא מנהלים מענער אין די מיידעל שולעס, און נאך פיל ווייטער פון דאס
און אויך אין פאפא אין וויליאמסבורג, איז נישט נאר די הנהלה מענער, נאר די מנהל פון מיידעל סקול איז א מאן, און אזוי איז אין קלויזנבורג אין וויליאמסבורג איז די מנהל אויך א מאן (א פיינע יוד, אבער נישט קיין חסידישער, אפשר יא א לובאוויטשער), און וויזניץ האט אויך א מאן, און יעדע מוסד האט א מאן "וואס דרייט זיך צווישן " , ווי ס'קוקט אויס האסטו א פראבלעם מיט סענדז סטריט, נישט מיט א מאן אין מיידעל סקול
נאר די יוניפארמס פון די מיידלעך? וואס דאס איז א גוטע תקנה עס איז ממעט קנאה און עס איז די ריכטיגע תקנה שלא להשחית ממון ישראל . און איינשפארן עגמת נפש פאר די טאטעס און מאמעס און פאר די קינדער אליין. דאס טאר מען נישט?
זה לשון קדשו של רבינו הרמב"ם פרק כ"ב מהלכות איסורי ביאה הלכה ט"ו אין ממנין אפילו אדם נאמן וכשר להיות שומר חצר שיש שם נשים אע"פ שהוא עומד בחוץ שאין אפוטרופוס לעריות ע"כ
ועיין במגיד משנה שם וז"ל ירושלמי פ"ק דכתובות אמר רבי זעירא מתניתא אמרה. אפילו כשרים אין ממנין. דתני אפילו חסיד שבחסידים אין ממנין אותן אפוטרופוס לעריות עכ"ל. ובשו"ע אבן העזר סימן כ"ב סעיף ט"ו. לשון רבינו המחבר אפילו אדם נאמן וכשר ע"כ..
זיי מתבונן וואס דא טוט זיך. וואס מען וויל מעג מען. אפילו קעגן אלע פוסקים אשר מימיהם אנו שותין.
יא יא, גערעכט, און די זעלבע מיט די פורים השגחות, ווי למשל א רעסטאראנט אין מאנהעטען (ק.ד.), אדער א רעסטאראנט אין פלעטבאש (ק.ק.), אין מיאמי (ק.וו.) און נאך, וואס די בעל מכשיר געט פארען עולם כל דברים אסורים, ער ווייס נישט וואס טוט זיך דארט, חוץ די טשעק וואס ער קריגט, און קיינער רעט נישט קיין ווארט, ער איז נאך א שיינע יוד מיט שווארצע זאקען און שבת א בלוע בעקיטשע
איז טאקע עבד עברי גערעכט...
נשלח ב-16/5/2008 20:29
אבי דו ביסט חאטשיג א מודה במקצת אז איך בין יא יא גערעכט.
און איך האב טאקע הנאה וואס דו ביסט מגלה דעם פרצוף פון דעם וואס געט א הכשר אין מיאמי
(ק. וו) וואס מען פארקויפט דארט גלאט נישט כשר און גלאט כשר. . אזוי וויא דער רבי זי"ע האט אמאל געזעהן א סיין אויף א או יו בוטשער וואס בלינקט רויטע לעקטערס "בשר כשר" אויף און צו געמאכט האט דער רבי זי"ע געמאכט א ווערטל. איינמאל יא כשר און א מינוט שפעטער נישט כשר ודו"ק.
די היסטוריא הויבט זיך נאך אהן אין דער אלטער היים וויא הרב הלל וו"ב זיידע איז געווען רב אין סערדעהאלי. . נאכדעם איז רח"ל כץ זיידע (הגה"ק רבי אשר אנשיל כ"ץ זי"ע) אנגעקומען און געווארן דארטן דער הויפט רב על אפם ועל חמתם. ער האט געהאט א גרויסע ישיבה פון די גרעסטע אין אונגארן מיט הונדערטער תלמידים.
נאכדעם דא אין אמעריקא רופט זיך רב הלל נייטרא דיין. ראב"ד בי"ד המיוחד התאחדות. און עס איז עהם נאך נישט גענוג געווען. האט ער זיך גערופן על שם עירו פון זיין זיידען. סערדאהעלי און אזוי וויא רבי חיים לייב כ"ץ שליט"א האט זיך אנגעהויבן צו רופן סערדעהעלי רב . האט ער פארפירט מוראדיג כידוע.
און אזוי וויא די וואך איז רח"ל כץ געכאשערט געווארן אין סאטמאר קרית יואל בכבוד מלכים און בילדער אין אלע גאסען אויך אין די וויקלי לינק. האט דער ר הלל נישט אויסגעהאלטן
און נעכטן נאכט געמאכט א מיטינג אין וויליאמסבורג קעגן דעם עירוב. ביים אראדער. און געפייערט געבילט געשטורעמט געטרומפייטערט. מיטן קאפ אין וואנט. עד כאן הצריך לענייננו
קאשער ווארלד 41סטריט מיאמי ביעטש פלארידא תחת השגחת בי"ד המיוחד של התאחדות הרבנים (של מיאמי) דוויליאמסבורג.
נשלח ב-16/5/2008 20:30
מען העט ווען געדארפט מאכען א עקסטערן אשכול וועגן די נעכטן נאכטיגע פורים אסיפה קעגן עירוב ביים אראדער
נשלח ב-18/5/2008 21:34
היינט האט טאקען קאשעק ווארלד די הכשר פון סאכדעס, אזוי ווייס יעדער אז מ'קען דארטען נישט עסען ווייל ס'איז נבילה טריפה און מילעך קעסטעל...
אבער, אודה ולא אבוש, אמאל פלעגט עס האבען די אודווארי השגחה, און דעמאלץ האט מען געטרייט צו געבען די בעסטע השגחה וואס איז שייך, ליידער האבען די רשעים געכאפט ביי אים זאכען וואס טויגט נישט, א בחינה פון "בשר כשר" וואס בלינקט די לייט, ווי רביה"ק האט געזאגט אמאל יא כשר און אמאל נישט, בלית ברירה האט די מהודרדיגע אודווארי אראפגענומען די השגחה, און ער האט געמוזט נעמען א שוואכער הכשר פון סאכדעס מילעך קעסטעל
אבער וואס איך געמיינט בעיקר קאושער דילייט אין מאנהעטען מיט די גויישע קעכער, און קאפעי קעי וואס די שוואכערע השגחות האבען אראפגענומען זייער השגחה פון דארטען (ווייל זיי האבען געוואלט זיין צו שטארק מהודר, און די שוואכע השגחות האבען שוין נישט געקענט פארטראגען אזויפיל חומרות יתירות.....) און בחסדי ד' האט עס דעם שטרענגען חותם פון אודווארי, וואס יעדער ווייס אז א מדקדק במצוות זוכט אויף דייקא נאר די השגחה
און די זעלבע מיט די שמן זית לחנוכה פון טשיינע, וואס אדאנק דעם מהודרדיגע השגחה קען מען אויסקרויסען די נארישע טאליענע און ספענישע אליוו אויל, און מ'קען עס באקומען פאר א צענטעל די פרייז פון טשיינע מיט די חשובע השגחה פון אודווארי
אשרי העם שככה לו
נשלח ב-18/5/2008 21:39
אויך דארף מען ווען עפענען א עקסטערע אשכול צו פארדאמען די חול המועד דרשה פון ר'הילל וו"ב בעל המילעך קעסטעל, וואס ער האט אויפגעטרעטען די חוה"מ פסח אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל מיט א חינוך דרשה, איך וועל שוין לאזען די איבעריגע פאר ידידי האב עבד עברי שליט"א