בית פורומים כל העולם כולו

מעכטיגע מיטינג צווישן UJCare פירערס און פאליציי איבער זיכערהייט פון ניו יארק סיטי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/4/2008 07:25 לינק ישיר 
מעכטיגע מיטינג צווישן UJCare פירערס און פאליציי איבער זיכערהייט פון ניו יארק סיטי

די נייע ארגאניזאציע איז אין פולן שוואונג און ארבעט אן אויפהער פאר'ן וואוילזיין פון תושבי ניו יארק סיטי, יעצט נאך די מעכטיגע עסן פארטיילונג איז פארגעקומען א מיטינג מיט די טאפ טאפ חברה פון די פאליציי, וואו די געטרייע עסקנים, די פירערס פון UJcare האבן ארלעדיגט אז די פאליציי זאל צושטעלן ספעציעל פארשטארקטע זיכערהייט אין אלע אידישע געגנטער, אויף די פסח טעג.

עס איז געווען אן אינטערעסאנטע בילד ווען די העכסטע פאליציי קאמאנדירן זענען געקומען קיין ברוקלין זיך צו טרעפן מיט די פירערס פון UJcare.

עס זענען דארט געווען דער דריי-שטערנדער קאמאנדיר דאגלעס זיגלער, דער ברוקלין נארט בארא טשיף דזשעראלד נעלסאן, דער בארא אסיסטענט טשיף, די קאמאנדירן פון די 90'סטע, 79'סטע, 94'סטע, 88'סטע און 84'סטע פריסינקטס און אנדערע הויכראנגיקע פאליציי קאמאנדירן פון ניו יארק סיטי.

פון די אידישע זייט זענען געווען די עסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ, הרב בעריש פרייליך, הרב יודל ליכטנשטיין, הרב נפתלי משה אינדיג, הרב אליש שפיצער, הרב יעקב איצקאוויטש, הרב זלמן לייב פעלדמאן, הרב ישעי' בערנאטה.

און אזוי אויך אלע אנדערע פירער פון די הצלה און שומרים.

מיר זענען אין א נייע וועלט וואו מען דארף מער נישט די הילף פון די ציוניסטישע מעט קאנסיל און זייערע פאררעטערישע קאלאבארירער יו דזשעי או.

אונזערע היימישע עסקנים קענען אלעס ארלעדיגן.

נידער מיט יו.דזשעי.או.!!!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעכטיגע מיטינג צווישן UJCare פירערס און פאליציי איבער זיכערהייט פון ניו יארק סיטי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext