File Format: PDF/Adobe Acrobat - View as HTML enter its order affirming the judgment of the court from which. the case was brought for review with the .....SAMET, MORDECHAI V. UNITED STATES. 07-10386 ...
נשלח ב-14/5/2008 04:51
מבקש אמת: דו ביסט זייער נישט גערעכט.
ר' מרדכי יצחק האט דייקא יא געהאט גוט שאנסן - און האט געהאט גוטע ארגומענטן, אויפצייגענדיג פארוואס דער פסק איז געווען אקסעסיוו און גאר שטארק איבערגעטריבן, קעגן פיל אנדערע קאנוויקטעד פעלאנס מיט הונדערטער ביליאנען מער גניבות און פראוד ווי זיינס.
ובפרט האט מען איבערצייגט אז ער האט דאך למעשה באצאלט די גאנצע גניבה, קומט דאך זיכער נישט אז מ'זאל אים אזוי הארב באשטראפן.
אבער... דא איז מיין אבער !
די היץ קעפ וועלכע האבן געפירט די רעסקיו סאמעט האבן עס באגראבן מיט זייערע ווילדע רעטאריק און ראדיקאלע פארברעכערישע סטעיטמענטס קעגן רעספעקטירטע דזשאדזשעס נוסח יאסי בראך.
איך באהאלט מיך נישט אינטער קיין שום ניק. קבל את האמת ממי שאמרו. און האב איינזעעניש אז דאס איז נישט דער דרך. מ'פירט דא נישט קיין מלחמה מיט'ן מנהל, נאר מיט טשיף דזשאדעס און צו זיי דארף מען רעדן מיט'ן מאקסימאלסטן רעספעקט, און אויב נישט... דאן קענסטו רעדן צום לאמפ.
דאס וואס די זאגסט אז די לאיערס האבן אזוי געהייסן שרייבן, גלייב איך בכלל נישט.
און אויב יא, זאל מען שוין פייערן אלע אדוואקטן און זיי אנקלאגן אויף מעלפראקטיס.
די איינציגע זאך וואס די צוהיצטע חברה מיטן משוגענעם קאמפיין האבן אויפגעטון איז געווען אז זיי האבן פארשווארצט דאס פנים פונעם יהדות החרדית און זיי אהערגעשטעלט ווי א באנדע פארברעכער וואס פארקליידן זיך אונטער א מאנטל פון 'אנטיסעמיטיזם' צו בארעכטיגן זייערע גרעסטע פארברעכער - ווייניגסטנס אין די אויגן פון געזעץ.
נשלח ב-14/5/2008 03:49
ידידי רבי מוזיקאנט
איך האב נישט געזאגט אז דו ביזט א פארעטער
איך האב נאר געזאגט אז זאגן אז די רעסקיו סאמעט פלאן איז נישט אויסגעהאלטן אין די צייט וואס אנדערע עסקנים האבן געהאלטן אז עס האט יא טשאנס
און די עסקנים גרייטן שוין אן דעם נעקסטן שריט וואס צו טוהן און ווי מיר וועלן מעלדן דעם עולם און בעטן ווייטער הילף פאר די גאנצע ענין בעז"ה
און נאכאמאל א הארציגן יישר כח פאר די אלע וואס האבן מתפלל געווען און איינגעריסן להצלחת מרדכי יצחק בן פייגא יהודית,
און אן עקסטערן דאנק פאר די אלע וואס האבן געשריבן בריעף.
איר האט דערמיט מקיים געווען די געוואלדיגע מצווה פון פדיון שבויים
נשלח ב-14/5/2008 02:33
פדיון שבוי.
איך בין עפעס א פאררעטער?
איך האב נישט גענוג תהלים געזאגט אז ער ר' מרדכי יצחק זאל באפרייט ווערן.
אבער ליידער האבן משוגעים און ראדיקאל עקסטרעמע עלמענטן געפירט א קאמפיין וואס פאסט פאר שארפטאן. SHAME ON THEM
נאך איידער די קאורט היערינג האב איך שוין געשריגן אז ס'איז אן עוון פלילי. דאס איז נישט קיין וועג צו האקן אויף ריכטער פערזענליך. דאס איז ריכטיג יאסי בראך !
איך בין נישט קיין אדוואקט און איך בין נישט געגאנגען אין קאלעדזש 15 יאר. אבער דעם גאנג האב איך געזען אלס מסוכן און שרעקליך PROFOUND פראוואקטיוו.
דער באשעפער האט אסאך וועגן צו העלפן דעם ר מרדכי יצחק
און בנפול אויבך אל תשמח
נשלח ב-14/5/2008 01:25
ליידער האט די השגחה עליונה אזוי געפירט. און עס איז אין אונזערע חטאים. און מיר מוזן ווייטער בעטן און איינרייסן פאר די זאפארטיגע באפרייאונג פון הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט הי"ו.
אבער צו די זעלבע צייט קען מען זיך נישט צומאכן די אויגן, ווען אפאר אפגעריסענע משוגעים האבן זיך גענומען פירן א ווילדן זשיהאדיסטישן קאמף, מיט די פעדעראלע ריכטער (א שטייגער ווי יאסי בראך האט געטאן פאר זיינע צעדרייטע ארוני).
דארט האט יאסי בראך פארשפילט דעם קאורט פון די מסרבים לדין און דערלייגט נכסים.
דא האבן די זשיהאדיסטן געפירט אז די ריכטער זאלן ניטאמאל וועלן אויסהערן די גערעכטע טענות לטובת ר' מרדכי יצחק.
וואס א הארץ ווייטאג. ווען וועלן מיר זיך אויסלערנען אז דער ריכטער איז נישט דיין מנהל...
און פיר דיך נישט אויף צו אים ווי צום גבאי אין דיין ביהמ"ד.
As I'm not at my computer now , I'll type in english
Mordche Yitzchok Samet is, leider leider still in jail
Why? becasue he led a stupid and crazy canpaign. Writing to honerable judges is such a manner was SUICIDE