רייסט איין: הנגיד ר' חיים לאקס לרפו"ש
התפללו והרבו תחנה לפני מלך מלכי מלכים הקב"ה לרפואת הרב החסיד הנגיד המרומם ר' חיים לאקס ני"ו לרפואה שלימה, וואס געפינט זיך איצט און א גאר קריטשער צושטאנד ל"ע ה"י.
ר' חיים איז באוויסט פאר זיינע ריזיגע צדקות וואס ער טיילט אויס, און בפרט פאר זיינע ריזיגע לייסטוגען פאר מוסדות סאטמאר, ר' חיים האט לעצטענס מנדב געווען איבערצובויען דעם ריזיגען תלמוד תורה סאטמאר אין בני ברק, ווי ער האט געבען איבער א מיליאן דאלער.
אזוי אויך האט ער מנדב געווען דעם מעכטיגן היכל תהלת יוסף בבימ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר ווילי.
איצט ווען ער ברויך אנקומען צו אונזער הילף דארפן מיר ארויס נעמען די תהלים'לעך און איין רייסן פארן רבוש"ע פאר זיין רפואה שלימה.
|
|